רוי:אברהם פערסטער

זשורנאליסט
ווערסיע פון 19:40, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[אמנון יצחק" ב־"[[הרב אמנון יצחק")

 

אברהם יוסף פערסטער (געבוירן: ה'תשל"ו) איז א געוועזענער זשורנאליסט און ראדיא פערזענליכקייט ביי דער פרומער געמיינדע אין ישראל.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן צו א בעלזער משפחה אין ירושלים אין יאהר ה'תשל"ו. זיין פאטער מרדכי האט געדינט אלס ראטסמאן אין ירושלים, פון דגל התורה.

ער איז אלע יאהרן געווען אקטיוו אינעם חרדישן לעבנסשטייגער. ער האט געדינט אין משפחה, פאר צייט האט ער אנגעפירט די גרויסע בעלזער שוהל אין ירושלים.

ער איז יאהרן לאנג געווען א פראמינענטער פיגור אויף דער חרדישע ראדיא סטאנציע קול חי וואו ער פלעגט געבן לעבעדיגע רעפארטאזשן ווי אויך אינטערוויוס מיט פערזענליכקייטן, ווי צום ביישפיל איז ער געווען דער ערשטער צו אינטערוויואירן הרב הרב אמנון יצחק.

אין די לעצטערע יאהרן איז ער געווארן מער און מער ליבעראל ביז אום ה'תשע"ד איז ער אפיציעל אפגעפארן פונעם פרומען וועג צוזאמען מיט זיין ווייב און אכט קינדער.

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!