רוי:רבי נחמיה שפירא

ווערסיע פון 16:31, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[צבי אלימלך שפירא" ב־"[[רבי צבי אלימלך שפירא")

רבי נחמיה שפירא זצ"ל (ה'תרל"ד - ה'תש"ב), רב אין סאסאוו און סטריזשעוו

אפשטאם

רבי נחמיה איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ד צו זיין פאטער הרב משה יהודה ליב שפירא רב אין סטריזשעוו, א זון פון הרב שלמה שפירא רב אין מונקאטש, דער שם שלמה, א זון פון הרב אלעזר שפירא רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא רב אין דינאוו, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם דער דברי חיים,

רבנות

רבי נחמיה איז געווען רב אין סאסוב, ביי דער ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפן קיין וויען נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געקומען קיין סטריזשעוו.

הסתלקות

רבי נחמיה איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ב הי"ד.

פאמיליע

רבי נחמיה האט געהייראט מרת נחמה טילא א טאכטער פון הרב ישעיה נפתלי הירץ שפירא, רב אין דינאוו. זייערע קינדער:

  • הרב שלמה שפירא הי"ד.
  • מרת פרומא הי"ד, די ווייב פון הרב חיים מאיר סאפרין הי"ד.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!