רוי:טולוז
טולוז (פראַנצויזיש: Toulouse) איז א שטאט אין דרום-מערב פראנקרייך ביים ברעג פון דער גאַראָן טייך, אויפן האלבן וועג צווישן דעם אטלאנטישן אקעאן און דעם מיטלענדישן ים. מיט א באפעלקערונג פון 1,117,000 איינוואוינערס אין 2007, איז דער טולוזער שטאטישער ראיאן דער פינפטער גרעסטער אין פראנקרייך.
טולוז איז א צענטער פון דער אייראפעישער עראקאסמאס אינדוסטריע, וואו עס זענען הויפטקווארטירט ערבוס, גאלילעא סיסטעם, ספאט סאטעליט סיסטעם און טולוז ספייס צענטער.
טולוז איז די הויפטשטאט פון דעם מידי-פירענעז ראיאן אין פראנקרייך.