רוי:רבי חיים יעקב הורוויץ

ווערסיע פון 16:20, 14 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[חיים האלבערשטאם" ב־"[[רבי חיים האלבערשטאם")

רבי חיים יעקב הורוויץ זצ"ל (ה'תרי"א - ה'תרע"ה), פון אולינוב.

אפשטאם

רבי חיים יעקב איז געבוירן אין יאר ה'תרי"א, צו זיין פאטער הרב חנינא הורוויץ, רב אין אולינוב, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.

הסתלקות

רבי חיים יעקב איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרע"ה (אומגעפער).

פאמיליע

רבי חיים יעקב האט געהייראט מרת רחמה א טאכטער פון הרב משה אונגאר, אן איידעם פון הרב רבי חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. זייערע קינדער:

  • מרת שפרה די ווייב פון הרב אברהם רוקח, א זון פון הרב פנחס רוקח פון דאלינא.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • מדרכ"י דוד, נחום מאיר גערמאן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!