רוי:הרב אליעזר מלמד

ווערסיע פון 16:38, 15 אויגוסט 2023 דורך wikipedia:yi>פוילישער (פארבעסערט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
הרב אליעזר מלמד
מדינה Flag of Israel.svg מדינת ישראל

רב אליעזר מלמד איז א ארטאדאקסישער ציוניסטישער ישראלישער רב און דער ראש ישיבה פון ישיבת הר ברכה, רב פון דער הר ברכה קהילה, און פארפאסער פון דער סעריע ספרים פניני הלכה.[1]

ביאגראפיע

אליעזר מלמד איז דער זון פון רב זלמן ברוך מלמד, א תלמיד פון רב צבי יהודה קוק. מלמד׳ס ערשטן נאמען קומט פון א חלום וואס הרב קוק האט געהאט ביים געלעגנהייט פון זיין געבורט. מלמד האט באזוכט קוק׳ס שיעורים פון 15 ביז 20 יאר, און ווי זיין פאטער, באטראכט ער הרב קוק אלס זיין וויכטיגסטן רב. מלמד איז פארהייראט מיט אינבל, די טאכטער פון קינסטלער טוביה כץ, און האט דרייצן קינדער.[2]

רבנישע קאריערע און לערנען

מלמד האט געלערנט תלמוד און הלכה אין כולל פון רב דויטש אין מאה שערים זעקס חדשים. דער כולל איז געפירט געווארן דורך רב יצחק גינזבורג, וואס האט געגעבן מלמד די מעגליכקייט צו לערנען בחברותא מיט הרב גינזבורג און הערן פיל פון זיינע שיעורים. שפעטער האט ער געלערנט תלמוד און אמונה (יידישע פילאסאפיע) פריוואט אין דער ישיבה אין בית אל עטליכע צוואנציג יאר, און פֿיר יאר אין דער ישיבה אין קידומים. מלמד האט רעדאקטירט א נייע אויסגאבע פונעם ספר שני לוחות הברית (דער של״ה), און די ערשטע צוויי בענד פון דער נייער אויסגאבע פון די ספרים פון רב צדוק הכהן פון לובלין. איבעריקס, ער האט מיטגעהאלפן פארענדיגן די גאנצע סעריע.

אין אויגוסט 1988, איז מלמד ערנענט געווארן אלס רב פון דער קהילה אין דער זידלונג הר ברכה.

אין סעפטעמבער 1992 האט מלמד געגרינדעט די ישיבה הר ברכה, פון וועלכער איז ער ראש ישיבה. אין דער ישיבה גיט מלמד טאג-טעגליך א שיעור אין הלכה, שיעורים אין אמונה און עצות וועגן עפנטליכע און פריוואטע ענינים.

אין יולי 2013, האט ער באקומען דעם ״פרייז פאר יידישער שאפונג״ פאר זיין סעריע ספרים פניני הלכה. אין נאוועמבער 2020, האט ער באקומען דעם ״ רב קוק פרייז״ פאר דער זעלביקער סעריע.[3]

פארעפנטליכטע ווערק

פניני הלכה איז א סעריע ספרים וועגן תחומים פון הלכה, צונויפגעשטעלט דורך מלמד, וואס דעכען תחומים ווי די געזעצן פון שבת און די יידישע פערספעקטיוו אויף ארגאן-שפענדן. צוגאב צו פארלייגן די פראקטישע הלכה אויף דעם ענין, די ספרים קוקן אריין אין די רוחניותדיקע יסודות פון די הלכות און רעפלעקטירן אויך די פארשידענע מנהגים פון די פארשידענע קהלות. געשריבן אויף העברעאיש, די סעריע ספרים האבן ביז איצט פארקויפט איבער 500,000 קאפיעס. צוואנציג ספרים זענען פארעפנטליכט געווארן אויף העברעאיש, פון וועלכע ניין זענען איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש, צען אויף פראנצויזיש, ניין אויף שפאניש און צען אויף רוסיש. די ספרים געווינען שנעל באליבטקייט אין דער ציוניסטיש-דתי געמיינדע אין ישראל.

רעפערענצן