רוי:מורמאנסק
|
מורמאַנסק ( רוסיש : Му́рманск ) איז א שטאָט ביים צפון־מערב עק פון רוסלאנד (68°58 צפון, 33°05 מזרח), צפון פונעם ארקטישן רינג, מיט א פארט אויף די ברעגן פונעם קאלא איינגאס, 12 קילאמעטער פונעם בארענטס ים אויף דעם צפונדיקן ברעג פון דעם קאלא האלבאינזל, נישט ווייט פון דעם רוסלענדישן גרעניץ מיט נאָרוועגיע און פינלאַנד.די שטאט האט א באַפעלקערונג פון 298,096 (אָפּגעשאַצט 2017 ).
מורמאַנסק איז די גרעסטע שטאָט אין דער וועלט אין דעם אַרקטיק.
געשיכטע
די שטאט, אמאל באוואוסט אלס ראמאנאוו־אויפן־מארמאן (Романов-на-Мурмане), איז געגרינדעט געווארן אום 21סטן סעפטעמבער 1916, ווען מען האט געבויט די אייזנבאן ליניע צום קולא האלבאינזל און האט באקומען איר נאמען פון דער רוסישער קעניגליכער דינאסטיע ראמאנאוו הויז. מאָרמאַן איז דער אַלט־רוסישער נאָמען פאַר דעם בארענטס ים פון ברענט און פאַרן נאָרוועגישן פאלק, גערופן נאָרמאַנען. די שטאט האט באקומען איר היינטיגן נאמען נאך דער אקטאבער רעוואלוציע פון 1917.
פון 1918 ביז 1920 איז די שטאט געווען אונטער דער הערשאפט פון די מערב כוחות וואס זענען געווען בונד פון דער ווייסע ארמיי אין דעם רוסישן ציווילע קריג .
די דייטשע קראפטן האבן באמבארדירט די שטאָט אין 1941 . מורמאַנסק האָט געליטן גאָר ברייטע צעשטערונג, צווייטנס בלויז צו סטאַלינגראַד אין דער שטארקייט פון דער צעשטערונג. אָבער די סאָוועטישע ווידערשטאַנד האָט פאַרמיטן אַז די דייטשן זאָלן אָקופּירן די שטאָט און אָפּשטעלן באַן פאַרקער.
פּאָליטיק און רעגירונג
בירגערמייסטער
דער בירגערמייסטער ווערט געוויילט אין געהיימע וואַלן צווישן די ראטסמענטשן פאַר אַ טערמין פון 5 יאָר. דער ערשטער בירגערמייסטער נאָך דעם איינפאלן פונעם סאוועטן פארבאנד, אָלעג נאַידיאָנאָווֿ האָט געדינט 11 יאָר אלס בירגערמייסטער און האָט בייגעשטייערט שטארק צו דער אנטוויקלונג פון דער שטאָט.
ביי די וואלן אין סעפטעמבער 2003, האט גענאַדי גאַוורליאַנאָוו געזיגט, אָבער אַ חודש שפּעטער איז ער געווארן ערנסט קראַנק און האט רעזיגנירט אַ יאָר שפּעטער. אין האַרבסט פון 2004, עס זענען געווען ווידער וואַלן, אין וואָס מיכאַיל סאַווטשענקאָ איז געוויילט בירגערמייסטער, וואָס האט געדינט ביז מערץ 2009 ווען ער האט פארלירט די וואַלן צו סערגיי סובאָטין.
צווילינג שטעט
- מוסטער:פאן/איסלנד|קישור=איסלנד|גבול|אקורייריpx|איסלנד ]] [[טעקע: מוסטער:צווילינג-שטאט/אנדער שפראך-פארבינדונג
- מוסטער:פאן/נורווגיה|קישור=נורווגיה|גבול|וואדסאpx|נורווגיה ]] [[טעקע: מוסטער:צווילינג-שטאט/אנדער שפראך-פארבינדונג
- מוסטער:פאן/הולנד|קישור=הולנד|גבול|כראנינגעןpx|הולנד ]] [[טעקע: מוסטער:צווילינג-שטאט/אנדער שפראך-פארבינדונג
- מוסטער:פאן/ארצות הברית|קישור=ארצות הברית|גבול|דזשעקסאנוויל, פלארידאpx|ארצות הברית ]] [[טעקע:
- מוסטער:פאן/שבדיה|קישור=שבדיה|גבול|לולאוpx|שבדיה ]] [[טעקע: מוסטער:צווילינג-שטאט/אנדער שפראך-פארבינדונג
- מוסטער:פאן/בלארוס|קישור=בלארוס|גבול|מינסקpx|בלארוס ]] [[טעקע: מוסטער:צווילינג-שטאט/אנדער שפראך-פארבינדונג
- מוסטער:פאן/פינלנד|קישור=פינלנד|גבול|ראוואניעמיpx|פינלנד ]] [[טעקע: מוסטער:צווילינג-שטאט/אנדער שפראך-פארבינדונג
- מוסטער:פאן/נורווגיה|קישור=נורווגיה|גבול|טראמסאpx|נורווגיה ]] [[טעקע: מוסטער:צווילינג-שטאט/אנדער שפראך-פארבינדונג
- מוסטער:פאן/פולין|קישור=פולין|גבול|שטעטיןpx|פולין ]] [[טעקע: מוסטער:צווילינג-שטאט/אנדער שפראך-פארבינדונג
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!