רוי:האנשו

ווערסיע פון 08:06, 8 דעצעמבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קאארדינאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

האנשו 本州 (טייטש "הויפט שטאַט") איז דער גרעסטער אינזל פון יאפאן. ער איז דרום פון האקיידא, צפון פון שיקאקו און צפון־מזרח פון קיושו. ער איז דער זיבעטער גרעסטער אינזל אין דער וועלט, און דער צווייטער מערסטער באפעלקערטער, נאך דזשאווא אין אינדאנעזיע.

דער אינזל איז בערך 1300 ק"מ לאנג, מיט א שטח פון 227,962.59 ק"מ², 60% פונעם גאנצן שטח פון יאפאן. ער איז גרעסער פונעם אינזל גרויסבריטאניע. האנשו האט 5450 ק"מ פון בארטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!