רוי:בארא פארק

געגנט אין ברוקלין ניו יארק
בארא פארק
Borough Park
שטאט ברוקלין

באָראַ פּאַרק (ענגליש: Borough Park אדער Boro Park) איז א געגנט וואס געפונט זיך אויף דער דרום-מערב'דיגער זייט פון ברוקלין, ניו יארק. די צאל פון אידישער איינוואוינערס אין דער געגנט ווערט אפגעשאצט כמעט הונדערט טויזנט, און די געגנט ווערט גערעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אידישע געגנטער אויף דער גאנצער וועלט. אויך געפונען זיך דארט הונדערטער אידישע מוסדות און בתי מדרשים און צענדליגע חסידישע און ליטווישע קרייזן - די מער באוואסטע פון זיי זענען באבוב, סאטמאר און מונקאטש.

עס איז וואויל באקאנט אין בארא פארק דאס דרייצנטע עוועניו, דאס איז דער צענטער פונקט פון ביזנעס אין בארא פארק, די גאנצע גאס איז פול מיט געשעפטן פון אלע סארטן, און איז א גרויסער ביזנעס צענטער, עס ציט אהין מאסן פון אלע סארט אידן, ספעציעל די וואס קומען פון ארץ ישראל אויף א באזוך.

פון די גרויסע געשעפטען אויף דער דרייצנטער עוונעיו. אייכלער'ס ספרים געשעפט, טויס פאָר יוי.

ראיאטן מיט פאליציי

שוין אפאר מאל פארגעקומען דארטן געוואלדן ווען די פאליציי האט זיך לויט געוויסע נישט אויפגעפירט איידל ביים באהאנדלן שטייף קרימינאלן, ווי ביי די גדון באש טויט. און ביי די שיק ארעסט. און פאר צענדליגע יאר צוריק.

פארכאפונג פון פאליציי סטאנציע

אין בארא פארק, ווען אידן זענען געווען אזוי אויפגעברויזט, אזש זיי האבן זיך אראפגעלאזט צו די 66סטע פריסינקט און איבערגענומען קאנטראל פון דער סטאנציע.

די איבערקערעניש האט זיך אנגעהויבן ב' כסלו תשל"ט, ווען אן עלטערער איד - איירווינג סאסמאן - איז ל"ע דערשטאכן געווארן צום טויט אין א רויבעריי, הי"ד. די אידן האבן שוין פון פריער געהאט פארלאנגט אז די פאליציי זאל צושטעלן מער וואך אין די אידישע גאסן, אבער האבן גע'טענה'ט אז זיי האבן נישט באקומען וואס עס האט זיך פארלאנגט.

יענעם פרייטאג צונאכטס, בעצם יום השבת, האבן זיך א געשאצטע צוויי ביז דריי טויזנט "חרדי'שע" אידן אראפגעלאזט צו די 66'סטע פריסינקט און גאר שנעל "ארויסגעזען" די אפיצירן, און טאטאל איבערגענומען די קאנטראל פון דער סטאנציע. זיי האבן געפלונדערט אלעס וואס זיי האבן געזען פאר די אויגן איבערלאזנדיג א חורבן אויף די ערשטע שטאק מיט צעבראכענע פענסטערס, טישן, בענקלעך און טייפרייטערס, אויסגעפליקטע טעלעפאן ליניעס, און גאנצע פעקלעך וויכטיגע פיילס אויסגעשפרייט אויף די גאנצע ארום. די פאליציי האט שפעטער געשאצט די שאדן צו בערך צען טויזנט דאלער.

במשך די כאאס, איז געווען שווערע קולות, און עס איז געגאנגען קלעפ אויף ביידע זייטן. אידן האבן אפן געשאסן שטיינער אום שבת קודש און געזייעט חורבנות ווי זיי האבן נאר געקענט אנקומען. די מאסן זענען געווען גאר אויפגעברויזט פאר די אומשולדיגע טויט פון דעם 65-יעריגער פלאמבער וואס איז אזוי טראגעדיש אומגעברענגט געווארן אויפ'ן וועג אהיים פון שול, קוים עטליכע גאסן פון די פריסינקט.

בערך זיבעציג מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, מערסטנס (62) פאליציי אפיצירן, ווי אויך אן אסעמבלימאן וואס האט פרובירט צו בארואיגן די מאסן אבער איז באקלאפט געווארן דורך די פאליציי אין א מיספארשטענדעניש. זיי אלע זענען אפגעפירט געווארן צו מעמאנעדיס, קאני איילענד, קינגס קאונטי, לוטערן און מעטאדיסט שפיטעלער. מערסטענס זענען אפגעקומען מיט לייכטע ביז מילדע וואונדן, אבער כאטש צוויי אפיצירן זענען ערנסט פארוואנדעט געווארן פון פליענדע ציגל. קיינע ארעסטן זענען אויסגעפירן געווארן.

הרב ברוך גלאק - וואס האט דאן געדינט אלס מעיאר קאטש'ס אידישע ליעיזאן - האט אויך געליטן וואונדן אין די קאפ, ווי אויף אסעמבלימאן שמואל הירש - א דעמאקראט פון די 48'סטע דיסטריקט.

אינמיטן די באלאגאן, האט א איד נעבעך געליטן א הארץ אטאקע, פון וואס ער איז ליידער שפעטער אוועק.

דער מעיאר האט זיך שפעטער יענע נאכט באוויזן אין פארנט פון די פריסינקט, און צוגעזאגט - אין א צעזעצטע אידישע - אז ער וועט אוועקשטעלן מער אפיצירן צו באוואכן די אידישע קווארטלען.

דער איין און צוואנציג יעריגער דזשאוס דזשולב און זיין זיבעצן יעהריגער ברידער דזשימי, זענען ביידע ארעסטירט געווארן און פארשיקט געווארן אין טורמע, און דער זעכצן יעריגער פידעל ריווערא איז פרייגעשפראכן געווארן.

"שומר שבת" שול

  שומר שבת (בארא פארק)

די "שומר שבת" שול אויף 13טער עוועניו אין בארא פארק איז א אייגענארטיקע שול וואס מען טרעפט נישט אזאנס.

א) עס איז צוגעשטעלט פאר יעדן איינעם ממש נישט קיין חילוק מיט א בארד אדער אהן, א ציוני א קנאי, א סאטמערער א קלויזענבורגער, א נארמאלער א משוגענער, א רבי א גאסן קערער, א ארץ ישראל איד אן אמעריקאנער, א גאנצער איד א האלבער איד, יעדער שפירט דארט היימיש.

ב) מען טרעפט דארט מנינים 24 שעה א טאג, שחרית ביז צום זמן מנחה. מנחה ביז זמן מעריב, מעריב ביז צום זמן שחרית.

ג) איהר טרעפט דארט צו עסן און צו טרינקען וויפיל איהר ווילט.

ד) דריי געטרייע שמשים וואס מען זעט אין ערגעץ נישט.

ה) עס איז געפאקט מיט אידן שטענדיג.

ו) דער רב רב טירנויער איז פון אויסגערופענע גרויסע רבנים אין שטאט.

ז) איר קענט דארט טרעפן א היטש קיין לעיקוואד, וויליאמסבורג, מאנסי. מאנרא. און די שמשים וועלן אייך צוהעלפן.

שרי פעלדמאן

שרי פעלדמאן איז געווען א תלמידה פון דער 'תומר דבורה' שולע אין בארא פארק. ויהי היום אדער אין די 1990ער יארן אדער שפעטער אין זומער קעמפ איז זי געווארן פארלוירן ביי א קאמפליצירטן הייק, און מ'האט איבערגעדרייט א וועלט איר אפצוטרעפן און מ'האט איר ב"ה געטראפן נאך עטליכע טעג, ביי א שאסיי אויסגאנג.

זי האט בהשגחה פרטית געטראגן די זעקלעך עסן פון עטליכע חבר'טעס און אזוי האט זי כאטש פארמאגט עסן ביים בלאנדזשען.[1][2]

דרויסנדע לינקס

  • בארא פארק ראיאטן ווידעא פיד גענוצט פאר עדווערטייזמענט פאר אידישע נגינה טעיפ גוגל ווידעא

רעפערענצן

  1. [באריכט http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_50127_5.pdf]
  2. [איר פאטער האט זיך באדאנקט ביי אן אגודת ישראל דינער http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_50127_6.pdf]


געגנטן פון ברוקלין                  

בארא פארק · בושוויק · בעדפארד סטייוועסענט · בּענסאנהורסט · ברייטאן ביטש · גרינפאנט · פארט גרין · וויליאמסבורג · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · שיפסהעד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · קראון הייטס · און נאך...

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!