רוי:אינטערנאציאנאלער געלטפאנד

ווערסיע פון 01:25, 8 דעצעמבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קאארדינאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דער אינטערנאציאנאלער געלטפאנד (ענגליש: International Monetary Fund ר"ת IMF) איז אן אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע געשאפן דעם 22סטן יוני 1944 ביי דער בראטאן וואודס קאנפערענץ, און האט אנגעהויבן צו ווערן דעם 27סטן דעצעמבער 1945 ווען 29 לענדער האבן אונטערגעשריבן דעם הסכם. די ציל פון דער ארגאניזאציע איז געווען צו סטאביליזירן די קורסן.

יעדע מיטגליד לאנד דארף ביישטייערן א סומע געלט אין א קאסע. ווען א לאנד האט פראבלעמען מיט צאלן קען עס בארגן פון דער קאסע פראוויזאריש. פראנקרייך איז געווען דאס ערשטן לאנד וואס האט גענומען א הלוואה פונעם פאנד, אין 1947.

אין 2012 האט דער פאנד 188 מיטגליד לענדער.

דער פאנד ווערט געפירט מיט א דירעקטאריום פון 24 עקסעקיוטיוו דירעקטארן. אכט לענדער האבן אן אייגענעם דירעקטאר: די פאראייניגטע שטאטן, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, יאפאן, דייטשלאנד, פראנקרייך, כינע, רוסלאנד און סאודי אראביע. די אנדערע לענדער ווערן צעטיילט אין 16 גרופעס, און יעדע איינע פון זיי וויילט א דירעקטאר. די היינטיגע פארזיצערין פונעם דירעקטאריום איז קריסטין לאגארד פון פראנקרייך.

היסטאריע

ביים ברעטאן וואודס קאנפערענץ וואס האט געשאפן דעם געלטפאנד זענען געוון חילוקי דעות וועגן זיין ראלע. דער בריטישער עקאנאמיסט דזשאן מיינארד קינס האט געוואלט דער פאנד זאל ארבעטן קאאפעראטיוו, פון וואס יעדע מיטגליד לאנד קען נעמען געלט ווען נויטיג צו פארמיידן עקאנאמישע קריזיסן. דער אמעריקאנער דעלעגאט, הארי דעקסטער ווייט האט פארשטאנד אז דער פאנד זאל פועלן ווי א באנק, כדי צו העלפן לענדער אפצאלן זייערע חובות. ענדלעך האט מען אויפגענומען בעיקר די שיטה פון ווייט.

שטאב

צווישן די יארן 1993 - 2001 איז דער אונטער־אלגעמיינער־פארוואלטער פונעם אינטערנאציאנאלן געלטפאנד געווען סטענלי פישער, וואס איז שפעטער געווארן אנפירער פון דער באנק פון מדינת ישראל.

  דער ארטיקל בנוגע עקאנאמיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!