רוי:טאסמאן-ים

ווערסיע פון 14:09, 15 מערץ 2015 דורך YI>פוילישער (פוילישער האט באוועגט בלאט טאסמאן ים צו טאסמאן-ים)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

40°S 160°E / 40°S 160°E / -40; 160 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

מאפע פונעם טאסמאן-ים
סאטעליט בילד פונעם טאסמאן-ים

דער טאַסמאַן-ים (ענגליש: Tasman Sea; מאאריש: Te Tai-o-Rehua, טע טיי־א־רעהואַ) איז א גרויסער קערפער פון וואסער צווישן אויסטראליע און ניי זילאנד, א דיסטאנץ פון אומגעפער 2000 ק"מ. דער ים איז גרויס 2,800 ק"מ (בערך) פון צפון צו דרום. ער איז א דרום־מערבדיקער אפשניט פונעם דרום פאציפישן אקעאן. מען האט געגעבן דעם ים זיין נאמען נאכן האלענדישן אויספארשער אבעל טאסמאן, דער ערשטער אייראפעישער וואס האט אנטפלעקט ניי זילאנד און טאסמאניע.

סיי אין אויסטראליע סיי אין ניי זילאנד איז דער טאסמאן-ים ברייט גערופן דעם ראוו (ענגליש: The Ditch); למשל, אריבערגיין דעם ראוו מיינט פארן קיין ניי זילאנד פון אויסטראליע אדער פארקערט.

די קערפער פון וואסער לעבן דעם טאסמאן-ים זענען דער קאראל ים צו צפון, דער פאציפישער אקעאן צו צפון־מזרח און מזרח, דער דרום אקעאן צו דרום־מזרח און דרום, און דער באס דורכגאס צו מערב.

רעפערענצן