רוי:אשר
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
אשר איז געווען דער אכטער זון פון יעקב פון זיין ווייב זילפה די שפחה פון לאה. זיינע צאצאים האבן געווען שבט אשר. די קינדער פון אשר זענען געווען ”יִמְנָה וְיִשְׁוָה וְיִשְׁוִי וּבְרִיעָה, וְשֶׂרַח אֲחֹתָם”[1]. ער האט געלעבט 123 יאר, און ווען עם ישראל האבן ארויס פון מצרים האבן זיי ארויף גענומען זיינע ביינער, און נאך וואס זיי האב גענדיקדט די כיבוש פון ארץ ישראל אין יאר ב'תצ"ה (1265 פאר די גויישע ספירה) האבן זיי עם באגראבן אין קדש נפתלי[2].
לויט דער ספר הישר איז ער געווען חתונה געהאט מו עדון בת אפלל אבער זי איז געשטארבן אן קיין קינדער, און דער נאך האט ערר חתונה געהאט צו הדורה בת אבימאל בן עבר און פון איר האט ער געהאט זיינע קינדער. און ער האט אויך אדאפט איר קינד שרח.
לויט דער ספר היובלים[3] איז ער געבארן געווארן ב' שבט.
און אין ילקוט שמעוני שטייט אז ער איז נפטר געווארן כ' שבט.
זיין נאמען
די תורה איז מסביר פארוואס האט לאה עם אנגערופן אזוי:
וַתֹּאמֶר לֵאָה--בְּאָשְׁרִי, כִּי אִשְּׁרוּנִי בָּנוֹת; וַתִּקְרָא אֶת-שְׁמוֹ, אָשֵׁר
.
דהיינו אז ווייבער וואס האבן געקענט פאר לאה אויף א אומגליקלאכע ווייב צולייב איר עקרות האבן געזאגט 'אשריה', און דערפאר האט זי אן גערופן דער קינד 'אשר'.
זיין סימבאל
די שטיין פון אשר אין חושן איז געווען א אבן תרשיש. אין מדרש תלפיות שטייט:
אשר על תרשיש, ונקרא קריאוליק. וגונה כגטו השמן. וסגלתה לעכל המאכל, וכל שכן למי ששוחקה ומערבה במאכלו, ונעשה בזה עב ושמן שנאמר מאשר שמנה לחמו.
— הרב אליהו הכהן, מדרש תלפיות
יעקב'ס ברכה פאר אשר
אין די ברכות וואס יעקב האט געבענטשט זיינע קינדער פארן שטארבן האט ער עם צוגעזאגט אז ער וועט האבן א א גוטע נחלה וואס וועט געבן 'מעדני מלך': ”מֵאָשֵׁר, שְׁמֵנָה לַחְמוֹ[4]; וְהוּא יִתֵּן, מַעֲדַנֵּי-מֶלֶךְ” (בראשית מט, כ).
משפחה בוים
זיינע צאצאים
אין דברי הימים ווערט אראפ געברענגט אלע צאצאים פון אשר:
בְּנֵי אָשֵׁר יִמְנָה וְיִשְׁוָה וְיִשְׁוִי וּבְרִיעָה וְשֶׂרַח אֲחוֹתָם. וּבְנֵי בְרִיעָה חֶבֶר וּמַלְכִּיאֵל הוּא אֲבִי בִרְזָיִת. וְחֶבֶר הוֹלִיד אֶת יַפְלֵט וְאֶת שׁוֹמֵר וְאֶת חוֹתָם וְאֵת שׁוּעָא אֲחוֹתָם. וּבְנֵי יַפְלֵט פָּסַךְ וּבִמְהָל וְעַשְׁוָת אֵלֶּה בְּנֵי יַפְלֵט. וּבְנֵי שָׁמֶר אֲחִי וְרָהְגָּה וְחֻבָּה וַאֲרָם. וּבֶן הֵלֶם אָחִיו צוֹפַח וְיִמְנָע וְשֵׁלֶשׁ וְעָמָל. בְּנֵי צוֹפָח סוּחַ וְחַרְנֶפֶר וְשׁוּעָל וּבֵרִי וְיִמְרָה. לז בֶּצֶר וָהוֹד וְשַׁמָּא וְשִׁלְשָׁה וְיִתְרָן וּבְאֵרָא. וּבְנֵי יֶתֶר יְפֻנֶּה וּפִסְפָּה וַאְרָא. וּבְנֵי עֻלָּא אָרַח וְחַנִּיאֵל וְרִצְיָא. כָּל אֵלֶּה בְנֵי אָשֵׁר רָאשֵׁי בֵית הָאָבוֹת בְּרוּרִים גִּבּוֹרֵי חֲיָלִים רָאשֵׁי הַנְּשִׂיאִים וְהִתְיַחְשָׂם בַּצָּבָא בַּמִּלְחָמָה מִסְפָּרָם אֲנָשִׁים עֶשְׂרִים וְשִׁשָּׁה אָלֶף.
— דברי הימים א', ז'
זיין קבר
חז"ל זאגן אז בני ישראל האבן ארוייף גענומען אלע ביינער פון יעקב'ס קינדער און זיי באגראבן אין ארץ ישראל[5].
און אין ספר הישר איז דערציילט:
ויקברו את ארונות מטות אבותיהם... ואת נפתלי ואשר קברו אותם בקדש נפתלי איש איש במקומו אשר ניתן לבניו.
— ספר הישר, סוף ספר יהושע
היינט איז באצייכנט זיין קבר אין כביש 899 אנקעגן 'תל קדש נפתלי'. צו די קבר איז דא אסאך מקורות פון די ה'ת' יארן און ווייטער[מקור פארלאנגט].
רעפערענצן
- ↑ בראשית מו, יז
- ↑ ספר הישר, סוף ספר יהושע
- ↑ פרק כח פסוק כט
- ↑ די טייטש פון די ווארט 'לחמו' מיינט אויך 'מאכלו'. זעט אויך אין חבקוק א, טז: מַאֲכָלוֹ בְּרִאָה
- ↑ תלמוד ירושלמי סוטה (דף ח ע"ב; פרק א הלכה י): "ככתוב (בראשית מו) אנכי ארד עמך מצרים ואני אעלך גם עלה מה ת"ל גם עלה. אמר אותך אני מעלה ושאר כל השבטים אני מעלה מלמד שכל שבט ושבט העלה עצמות ראש שבטו עמו"