מוסטער:האט איר געוואוסט/31
►► | האט איר געוואוסט? / פרשת וישלח דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
---|
אין די חומשים איז אריינגעדרוקט אז פרשת וישלח פארמאגט 154 פסוקים, כאטש עס פארמאגט פאקטיש איינס ווייניגער – 153. די סיבה צו דעם אונטערשייד איז ווארשיינליך ווייל דער פסוק "וילך ראובן", וואו עס איז פארהאן א "פסקה באמצע פסוק", רעכנט זיך פאר צוויי. דער פסוק פארמאגט אויך צוויי מערכות פון טעמי המקרא, און אין געציילטע קהילות ליינט מען עס צוויי מאל.