מוסטער:האט איר געוואוסט/30
►► | האט איר געוואוסט? / תקופת רב אדא דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
---|
תקופת רב אדא, די שיטה פון דער אמורא רב אדא בר אהבה אנבאלאנגט די לענג פון די יאר און די פיר תקופות, איז אנגענומען צו זיין פינקטליכער ווי תקופת שמואל, און לויט געוויסע מקורות איז עס מקובל הלכה למשה מסיני. עס איז אבער געהאלטן געווארן בסוד, און דער עלטסטער שריפטליכער מקור דערצו איז דווקא א חיבור פון א נישט-איד, דער אראבישער מאטעמאטיקער אל־כוואריזמי.