די ארבע אמהות ("פיר מוטערס") זענען די פיר מאטריארכן פון דאס אידישן פאלק, די ווייבער פון די אבות: שרה די ווייב פון אברהם, רבקה די ווייב פון יצחק, און רחל און לאה די ווייבער פון יעקב. אין צוגאב צו זיי זענען אויך פארהאן די צוויי דינסטן, בלהה און זלפה, וועלכע האבן אויך געבוירן טייל פון די שבטים.

עס איז איינגעפירט צו צולייגן דעם צונאמען "אמנו" ("די מאמע") צו די נעמען פון די פיר אמהות: "שרה אמנו", "רבקה אמנו", "לאה אמנו", און "רחל אמנו" וואס איז אויך באקאנט אלס "די מאמע רחל".

מקור און צאל

דער מקור צום צונאמען און צאל פון די אמהות שטאמט פון די גמרא: "אין קורין לאבות אבינו אלא שלושה, ולא לאימהות אימנו אלא לארבע האמהות"[1]. די גמרא שטעלט קלאר אז טראץ וואס רחל און לאה זענען נישט די ביאלאגישע מאמעס פונעם גאנצן פאלק, נאר יעדע איינע איז די מוטער פון געוויסע שבטים, דאך ווערן זיי גערעכנט ווי מאמעס פון גאנצן פאלק צוליב זייער חשיבות[2]. דאס שטארצט באזונדער ארויס מיטן פאקט אז בלהה און זלפה ווערן נישט אריינגערעכנט צווישן די אמהות, כאטש פון זיי זענען אויך ארויס אייניגע שבטים, און דאס איז וויבאלד זיי זענען געווען דינסטן.

טראץ דעם, טרעפט מען אז חז"ל נעמען אן אין געוויסע פלעצער אז עס זענען פארהאן זעקס אמהות, אריינרעכענענדיג בלהה און זלפה צווישן זיי[3].

אין די תורה און מדרשים

דריי פון די פיר אמהות – שרה, רבקה און רחל – זענען געהאלפן געווארן מיט קינדער נאר נאך אסאך קינדערלאזע יארן. אין מדרש שטייט אז אויך לאה איז געווען אן עקרה פון איר נאטור, נאר א נס איז געשען און זי איז גלייך פארהיילט געווארן[מקור פארלאנגט]. עס זענען פארהאן אסאך ערקלערונגען אין מדרש און אין מחשבת ישראל אויף די ערשיינונג פון קינדערלאזיגקייט ביי די אמהות[4].

אין די תורה שטייט אז שרה, רבקה און לאה זענען באגראבן געווארן נעבן זייערע מענער אין מערת המכפלה[5], אבער רחל איז באערדיגט געווארן אליין אין קבר רחל וואס איז אין בית לחם[6]. בלהה און זלפה זענען לויט טייל מקורות באערדיגט געווארן אין טבריה אין קבר האמהות [מקור פארלאנגט].

חז"ל [7] זאגן אז די אמהות זענען געווען נביאות. רבי חנינא בן פזי לערנט דאס פון דעם וואס רחל האט געבעטן ”יֹסֵף ה' לִי בֵּן אַחֵר” (בראשית ל, כד). פון דעם וואס זי האט נישט געבעטן "נאך קינדער", ווייזט אויס אז זי האט געוואוסט אז יעקב גייט געבוירן נאר נאך איין זון, און זי האט מתפלל געווען אז דער זון זאל ארויסקומען פון איר[8].

זעט אויך

רעפערענצן

  1. מסכת שמחות, פרק א', הלכה י"ד
  2. ברכות טז, ב
  3. ווי אין שיר השירים רבה, פרשה ו': ”שש עגלות צב... ו' כנגד ו' אמהות- שרה רבקה רחל לאה זלפה בלהה”.
  4. צבי הבר, מפני מה היו אבותינו עקרים, אין וועבזייטל ישיבת ברכת משה; אברהם קורמאן, עקרות האמהות, אין וועבזייטל קטיף.נט; יאירה אמית, ולמה נתעקרו האמהות?, אין וועבזייטל מקרא גשר.
  5. בראשית מט, לא
  6. בראשית לה, יט–כא
  7. ילקוט שמעוני, בראשית, רמז ק"ל
  8. בראשית רבה, פרשה ע"ב, פסקה ו'