מולד

ווערסיע פון 12:13, 12 נאוועמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "({{היברובוקס|{{אוצר החכמה\|)(.*?)עמוד=(.*?)}}" ב־"$1$2page=$3}}")

באדייט

דער מולד הלבנה איז דער רגע ווען די לבנה ווערט דערפרישט אנהייב פון א חודש. די ליכטיגקייט פון די לבנה ווערט גרעסער און גרעסער דורכאויסן חודש ביז דער מיטן פונעם חודש. דאן הייבט עס אן ווערן קלענער אין קלענער ביז סוף חודש, ווען עס ווערט אינגאנצן טונקל. דאן ווערט עס באנייט, ביים מולד, און א נייע חודש הייבט זיך אן.

די גרויסקייט פון די ליכטיגקייט פון דער לבנה ווענד זיך אין איר עלאנגאנאציע מיטן זון ("עלאנגאנאציע" די ווייטקייט פון די לבנה צום זון אין דער גלגל המזלות). די לבנה קרייזט ארום דער וועלט איבערן הימל פון מערב קיין מזרח. וואס נענעטער די לבנה איז צום זון, אלץ קלענער איז די ליכטיקייט דערפון, און וואס ווייטער, אלץ גרעסער. האלב פונעם פיזישן לבנה איז אלעמאל באלאכטן, דאס איז די האלב וואס איז צו די זייט פון דער זון; און וואס מער דער וועלט איז צווישן די זון מיט דער לבנה, אלץ מער קען מען זען דער באלאכטענע טייל פון איר.

א מולד איז דעפינירט אלץ דער רגע ווען די עלאנגאנאציע פון די לבנה צום זון איז 0°, דאס הייסט זיי זענען ביידע אין די זאלבע ארט אין דער גלגל המזלות[א][1]. דער מאמענט הייסט אויך דער "קיבוץ". די לבנה איז דאן צווישן דער וועלט מיט דער זון, און אינגאנצן טונקל. פון יענע רגע און ווייטער ווערט באנייט די נייע לבנה פונעם נייעם חודש.

די לבנה'ס מהלך ארום דעם הימל רעלאטיוו צום זון געדויערט בערך 29.531 טעג. איר מהלך רעלאטיוו צו די שטייענדע שטערענעס איז קורצער, בלויז 27.322 טעג. נאר דורכאויס די 27.322 רוקט זיך דער זון אין זיין אייגן גאנג איבערן הימל ארום 26.929° קיין מזרח; און דער לבנה דארף דאס משלים זיין אין די איבריגע 2.209 טעג.

דער פונקטליכע און אמת'ע צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן לבנה ארומצוקרייזן דעם וועלט איז אנדערש יעדע חודש, געוואנדן אין אסאך פאקטארן, און דער לענגסטער חודש קען זיין מיט איבער א טאג לענגער ווי דאס קורצטער. פארן צוועק פון קובע זיין דעם אידישן לוח, האבן חז"ל אוועק געשטעלט א מולד האמצעי, דאס איז א דורכשניטליכע נומער פאר די חודש, אין די דאזיגע מולדות וועלן אלעמאל זיין אין די 14-15 שעה פון די אמת'ע מולד.

דער אידישער לוח און דער מולד

אין דער אידישע לוח דארפן די חודשים זיך אנהייבן אינאיינעם מיט די נייע לבנה וואס ערשיינט נאכן מולד. דער אייבעשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אין מצרים ”החודש הזה לכם ראש חודש” – "אזוינס (די נייע לבנה), וועט איר וועט עס זען, זיי מקדש דעם חודש".

אין די צייטן ווען עס איז געווען א סנהדרין פון "סמוכים", האט מען מקדש געווען "על פי הראיה", דאס הייסט באזירט אויף עדים וואס האבן געזאגט אז זיי האבן שוין געזען דעם נייעם לבנה. אבער זייט די צייטן פון הלל נשיאה, איז מען קובע די חודש לויט א באשטימטע חשבון. הלל האט געזען אז די גליות און אומשטענדן ווערן שווערער, און אז עס וועט שוין נישט זיין קיין סנהדרין וואס וועט קענען קובע זיין ראשי חודשים, און ער האט אויסגעשטעלט אן אריטמישע חשבון קובע צו זיין די אידישע לוח.

אין די אידישער לוח וואס מען נוצט זייט הלל'ס צייטן, וועט מען קובע ראש השנה אינעם טאג אין וואס דער מולד געפאלט, אויסער אויב עס איז דא א סיבה עס אפצושטופן מיט איינס אדער צוויי טעג. אלע אנדערע חודשים אויסער תשרי האבן אלע באשטימטע צאל טעג, 29 אדער 30, אויסער חשוון און כסלו וואס קענען זיין סיי 29 און סיי 30; געוואנדן לויט וויפיל טעג עס זענען דא צווישן איין ראש השנה און דער צווייטער. דער חשבון פון דער מולד מיט די כללים ווען אפצושטופן ראש השנה, אינאיינעם מיט דער סדר פון עיבור יארן, שטעלן אויס דער גאנצער אידישער לוח.

חז"ל רעכענען אז פון איין מולד צום צווייטן זענען דא 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים (1080 אין א שעה); באקאנט מיטן סימן כ"ט י"ב תשצ"ג. דער ערשטער מולד פון תשרי שנת א' ליצירה, איז געווען מאנאטג נאך 5 שעה און 205 חלקים; באקאנט מיטן סימן בהר"ד. כדי צו וויסן ווען א געוויסע מולד וועט זיין, דארף מען צולייגן צו מולד בהר"ד, כ"ט י"ב תשצ"ג פאר יעדע חודש וואס איז אריבער זייט בריאת העולם.

דער זייגער פון די מולדות

מקורות

  • רבי אברהם בן חייא הנשיא, ספר העבור, לאנדאן, תרי"א.
  • רבי עובדיה בן דוד, המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש.

נאטיצן


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ביאורים

ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

  1. קוקנדיג אויף זייער פאזיציע פון מזרח צו מערב. דער זון קען אבער זיין צו צפון אדער צו דרום פון די לבנה בשעת'ן מולד

רעפערענצן

  1. ראב"ח, מאמר שני שער הראשון.