מוסטער:האט איר געוואוסט/11
- אין מסכת בבא קמא זענען די תוספות מאריך מער ווי אויף טייל אנדערע מסכתות. לויט ווי באקאנט געפינט זיך אין בבא קמא דער עמוד מיט די ווייניגסטע גמרא, צוליב דער תוספות וואס פארנעמט רוב דערפון. מען פארציילט אז די בעלי התוספות האבן פארפאסט דעם תוספות אויף די סוגיא ווען זיי זענען געווען ארעסטירט, א נאכט איידער מען האט זיי אומגעברענגט אויף קידוש השם. אין מסכת נזיר איז אבער פארהאן א עמוד אן קיין גמרא בכלל, צוליב די פילע קלענערע תוספות.