מוסטער:האט איר געוואוסט/10
- מאנטאג און דאנערשטאג זענען ימי רצון, ווייל משה רבינו איז ארויפגעגאנגען באקומען די צווייטע לוחות אין דאנערשטאג און אראפגעקומען אין מאנטאג. די ראמאניאטן האבן אין די טעג צוגעלייגט פסוקים פון תחנונים אין די פסוקי דזמרה, ביים שטיקל פון "הודו". טייל ספרדים האבן געזאגט סליחות יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, דורכאויס דעם גאנצן יאר.