רוי:ט

ווערסיע פון 12:09, 27 אפריל 2017 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
ט
טית
אלף בית
א ב ג ד ה ו
ז ח ט י כ ל
מ נ ס ע פ צ
  ק ר ש ת  
ענדע אותיות
  ך ם ן ף ץ  

ט' (טית, ארויסגערעדט ״טעס״) איז דער ניינטער אות פון אלף בית.

היינט רעדן אויס רוב יידן א ט' ווי לאטיינישן t, גלייך ווי א תּ, אבער ספרדים רעדן אויס א הארטן ט', ענלעך צו אראביש. ט איז איינער פון די דטלנ"ת אותיות וואס מען רעדט אויס מיטן צונג. ט איז א קאנסאנאנט אן א קלאנג.

אין גימטריא ט = 9. אויך אין גימטריא שרייבט מען ט"ו = 15 און ט"ז = 16.

ט איז איינער פון די שעטנ"ז ג"ץ אותיות וואס די סופרים שרייבן מיט דריי תגים.

פארשטעלונג פון אות ט'

דער אות ט' ווערט פארגעשטעלט דא אין די פאלגנדע פאנטן (פון רעכטס אויף לינקס): פרנק-ריהל, אריאל, דוד, כתב רש"י, כתב סת"ם, האנטשריפט, חיים.

דער קאד 05D8 רעפרעזענטירט ט' אין יוניקאד.

איז די פארשטעלונג פונעם אות ט' אין ברייל.


דער פעניקישער טית זעט אויס אזוי:  

זעט אויך