רוי:שלום עליכם הויז

ווערסיע פון 23:50, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

שלום־עליכם־הויז (בית שלום־עליכם) איז א קולטור־צענטער פאר די אידישע קולטור. עס איז געגרינדעט געווארן אינעם יאר 1966 אין תל אביב און רופט זיך לויטן נאמען פון דעם באוווסטן יידישער שרייבער, שלום עליכם. דער דירעקטאר פונעם הויז איז פרופ' אברהם נאווערשטערן.

דער קולטור־צענטער פארנעמט זיך מיט פארשן, אפהיטן און פארשפרייטן די יידישע קולטור אריינגערעכנט יידיש-קורסן. אין דעם הויז עקזיסטירט א ביבליאטעק, פארטראג־זאל, ארכיוו, לערן־צימער און אן אויסשטעלונג־זאל. יעדע יאר באשטימען זיי סטיפענדיעס פאר די פארשער און געלערנטע.

די געביידע פונעם הויז האט אויספאמירט דער ארכיטעקט 'אוריאל כהנא', וואס איז געווען אן אוראייניקל פון שלום עליכם.

וועבלינקן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!