רוי:רענעסאנס

ווערסיע פון 23:25, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דער רענעסאַנס (איטאליעניש: Rinascimento, רינאַשימענטאָ) איז אן עפאכע אין דער היסטאריע פון אייראפע וואס האט אנגעהויבן בערך 1400, ביים סוף פונעם מיטל אלטער.

דאס ווארט רענעסאנס נעמט זיך פון א פראנצויזיש ווארט וואס באדייט ווידערגעבוירן. מען האט געגעבן דעם נאמען ווייל אין יענער צייט האבן מענטשן זיך אינטערעסירט אין דער וויסנשאפט פון די אוראלטע צייטן, איבערהויפט די וויסנשאפט פון אוראלט גריכנלאנד און רוים. עס ווערט געזאגט אז דער רענעסאנס איז דער אנהייב פון דער מאדערנער עפאכע.

אין די רענעסאנס יארן זענען געווען אסאך בארימטע קינסטלער, שרייבער און פילאזאפן. איינער פון די מערסטע באקאנטע מענטשן וואס זענען געווען טעטיג אינעם רענעסאנס איז לעאנארדא דא ווינטשי, א קינסטלער, וויסנשאפטלער, מוזיקער און פילאזאף.

P history.png דער ארטיקל בנוגע היסטאריע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!