רוי:שב"כ

ווערסיע פון 23:20, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

שַבַ"כ (ר"ת: שרות בטחון כללי, אלגעמיינע זיכערהייטס דינסט), פון אנהייב איז עס גערופן געווארן ש.ב., און דער נאמען איז פארבליבן, אין מערערע שפראכן. איז דער מדינת ישראל אינערליכער שפיאנאזש אגענטור, וואס איז פאראנטווארטליך אויף מערערע אפטיילונגען, וואס געפונען זיך נישט אין מדינת ישראל זעלבסט.

איינע פון די וויכטיגע זאכן מיט וואס זי באשעפטיגט זיך, איז קאנטער-שפיאנאזש. ווי אויך לייבוועכטער פון מדינת ישראל פערזענליכקייטן. קאנטער טעראר צווישן די אראבישע באפעלקערונג, אין מדינת ישראל, און אין מערב ברעג, און עזה שטרייף. אויף מדינת ישראל אמבאסאדארס ארום די וועלט. אויף לופטפעלדער און פליגערס וואס קומען קיין מדינת ישראל, זענען זיי פאראנטווארטליך אויף די זיכערהייט, און אויף די פאסאזשירן.

די שב"כ איז געגרינדעט געווארן 1949, אלס אן אפטיילונג פון צה"ל, שפעטער איז עס אריבער פונעם מיליטער, און אונטער דער פרעמיער מיניסטער דירעקט, דער נאמען פונעם דירעקטאר איז געווען א געהיימניס ביז 1996.

די שב"כ איז אריבער עטליכע איבערקערענישן, ספעציעל ווען יגאל עמיר, האט אנגעבליך אומגעברענגט יצחק רבין, און די שב"כ האט אים געלאזט צוקומען, אזוי נאנט צום פרעמיער. אויסער דעם ווען אבישי רביב, האט מאביליזירט ראדיקאל רעכטע צו טון פארשידענע אונטערנעמונגען, וואס האט פארשווארצט די רעכטע, אין די אויגן פון די באפעלקערונג.

צו פאררעכטן די פעלערן איז עמי איילון געווארן דירעקטאר, אין 1996. און אין 2000, איז אבי דיכטער, געווארן דירעקטאר. ביים אויסבראך פונעם אינטיפאדע, איז די שב"כ געווען זייער אקטיוו, אונטער צו ברענגען דעם טעראר, און ברענגן טעראריסטן צו גערעכטיקייט, אי דורך אומברענגען אי דורך פארכאפן און ברענגן צום געריכט, דער היינטיקער דירעקטאר הייסט יובל דיסקין.

די סלאגאן פונעם שב"כ איז באשיץ אן פארכטן.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!