רוי:חסד לאברהם

ווערסיע פון 06:56, 27 אויגוסט 2020 דורך 213.137.72.59 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
חסד לאברהם דפוס ווילנע

חסד לאברהם איז א וואונדער בארער חיבור.

עס אנטהאלט אין זיך ידיעות און הקדמות אויף אלע סארט נושאים, אבער בעיקר איז אויף קבלה ענינים, אויף די בריאה, אויף די אויבערשטע וועלטן, ער איז פון די ערשטע וואס זענען מעתיק דעם מסכת גיהנם מיט א פי'.

דאס האט געשריבן דער בעל מקובל ר' אברהם אזולאי.

אין די הקדמה שרייבט ער אזוי: ספרים וואס האבן אין זיך דרושים וואס טייטשן אויס פסוקים און מאמרים איז דא געניג, איך זעה נישט וואס איך קען דערין צולייגן, דעריבער האט איך באשלאסן צו פארפאסן א ספר וואס זאל נישט אויסטייטשן קיין פסוקים, נישט מסביר זיין גמרות און מדרשים, איך זאל זיך קאנצטעטרירין בלויז אויף וויסענשאפט און אינטרעסאנטע הקדמות וואס איך וויכטיג צו וויסן איינער וואס זיכט זאכן אין ספרים.

אזוי האט ער טאקטע געטוהן ער טייטש נישט קיין פסוקים נאר שרייבט גאנצע פרקים און ענפים פון אינטרעסאנטע זאכן. זיין אייניקעל דער חיד"א ברענגט אסאך פון איהם.

אין שם הגדולים שרייבט דער חיד"א אז דער ספר איז זייער גרייזיג, אין די לעצטע צייטן האט מען דאס איבערגעדורקט פון כתב יד מיט א צווייטער נוסח וואס מיר האבן געהאט ביז איצט.