רוי:ראדיא

ווערסיע פון 23:05, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
א ראדיא טורעם

ראַדיא איז א וועג צו שיקן אינפארמאציע אריבער א ווייטן דיסטאנץ דורך עלעקטראמאגנעטישע סיגנאלן. די מאשין וואס שיקט ראדיא סיגנאלן הייסט א טראנסמיטאר, און די מאשין וואס נעמט אויף די סיגנאלן הייסט א ראדיא-אפאראט. ווען מען שיקט ראדיא סיגנאלן אויף איין מאל צו א סך אפאראטן ווערט דאס גערופן א פארשפרייטונג.

אויך ניצט טעלעוויזיע ראדיא סיגנאלן צו שיקן בילדער און קול.


מען קען ניצן א ראדיא סיגנאל צו עפענען א שלאס אדער אנהייבן א מאטאר, למשל צו עפענען און פארשפארן א טויער.


היסטאריע פון ראדיא

דער פיזיקער דזשעימס קלארק מאקסוועל האט פאראויסגעזען ראדיא כוואליעס. נאכהער האט היינריך רודאלף הערץ געוויזן אז טאקע זיי עקזיסטירן. מארקאני אין איטאליע האט זיי געניצט אין טעלעגראפיע פאר שיפן אויפן ים.


שפעטער האט מען אויסגעלערנט ווי צו טראנסמיטירן קולות פון מענטשן און היינט ווערט ראדיא ברייט באניצט פאר נייעס, מוזיק און פארוויילונג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!