רוי:קאטאראקט

ווערסיע פון 22:07, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

א קאַטאַראַקט איז א פארוואלקענען פון דער לינדז פונעם אויג. דאס טרעפט זיך מערסטנס ביי עלטערע מענטשן. ווען איינער באקומעט א קאטאראקט אין איין אויג, רוב מאל באקומט ער שפעטער א קאטאראקט אינעם צווייטן אויג. מיט א קאטאראקט זעט מען נישט גוט, און אפטמאל ווערט מען קורצזעיק דערפון. אויך זעט מען נישט גוט דעם קאליר בלוי, און ממילא זען אויס אלע זאכן א ביסל געל.

קאטאראקטן זענען די מערסטע פארשפרייטסטע סיבה פאר בלינדקייט אין דער וועלט.

טאמער מען אפערירט נישט אויפן קאטאראקט, קען מען ווערן אינגאנצן בלינד. מען קען ארויסנעמען דעם קאטאראקט; היינט לייגט מען אריין א פלאסטיקע לינדז וואס איז פאבריצירט ספעציעל פארן פאציענט, דורך וואס ער קען נאכהער אפטמאל זען אן ברילן.

P biology.svg דער ארטיקל בנוגע ביאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!