רוי:פראנאם
אַ פּראָנאָם איז אַ וואָרט וואָס מען ניצט במקום אַ סובסטאַנטיוו. מען ניצט אַ פראָנאָם למשל פאַר אַן אָביעקט וואָס מען האָט שוין דערמאָנט פריער. דהיינו: "נעכטן האָב איך געזען משה. ער איז אַריבערגעגאַנגען די גאַס."
פּראָנאָמען אין כּלל־ייִדיש
פּערזאָן | איינצאָל | מערצאָל |
---|---|---|
ערשטער | איך | מיר |
צווייטער | דו | איר |
דריטער | ער/זי/עס | זיי |
פּערזאָן | איינצאָל | מערצאָל |
---|---|---|
ערשטער | מיך | אונז |
צווייטער | דיך | אייך |
דריטער | אים/זי/עס | זיי |
פּערזאָן | איינצאָל | מערצאָל |
---|---|---|
ערשטער | מיר | אונז |
צווייטער | דיר | אייך |
דריטער | אים/איר/-- | זיי |
נאך א פרעפאזיציע ניצט מען געווענליך די דאטיווע פארעם.
הערות
- דער פּראָנאָם פון צווייטן פּערזאָן איינצאָל ניצט מען נאָר צו קינדער און גוטע פריינט. ווען מען רעדט מער פאָרמאַל ניצט מען אַלעמאָל די מערצאָליקע פאָרם אפילו רעדנדיק צו איין מענטש.
- אויף ליטווישער ייִדיש ניצט מען די דאַטיווע פאָרמען אפילו ווען דער זאַץ פאָדערט אַן אַקוזאַטיוו.[1]
- 'עס' האָט קיין דאטיווע פאָרעם[1].
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!