רוי:פליסיקייט

ווערסיע פון 21:46, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

פליסיקייט איז א צושטאנד פון מאטעריע וואס האט א געוויסן פארנעם אבער נישט קיין באשטימטע פארעם. א פליסיקייט איז צוזאמענגעשטעלט פון קליינע טיילכלעך פון מאטעריע, ווי מאלעקולן און אטאמען, צוזאמען געהאלטן דורך קראפטן וואס מ'רופט כעמישע בונדן. פליסיקייט איז איינער פון די דריי קלאסישע צושטאנדן פון מאטעריע (די אנדער צוויי זענען גאז און סאליד). די מערסטע געוויינליכסטע פליסיקייט אויף דער ערד איז וואסער.

די געדיכטקייט פון א פליסיקייט איז נאנט צו א סאליד, און אסאך העכער ווי די געדיכטקייט פון א גאז; ביידע רופט מען קאנדעסירטע מאטעריע. פון דער צווייטער זייט, אזוי ווי סיי פליסיקייטן און סיי גאזן קענען פליסן, הייסן זיי ביידע פלואידן.

ביי נארמאלע טעמפעראטור און דרוק זענען נאר צוויי עלעמענט פליסיק: קוועקזילבער און בראם.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!