רוי:פרוזבול

ווערסיע פון 21:40, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

פרוזבול איז הלכה'דיגער אויסטרעף פון הלל הזקן אז מען זאל קענען בארגן געלט, אן דעם וואס די מצוה פון שמיטת כספים, זאל גורם זיין אז דער חוב זאל בטול ווערן.

אין די תורה געפונען מיר: "וזה דבר השמטה שמוט כל בעל משה ידו, אשר ישה ברעהו" (דברים טו, ב). דאס מיינט אז ווען עס קומט דער שמיטה ווערן אויסגעמעקט אלע חובות און מען קען דאס מער נישט איינמאנען.

און די תורה ווארנט אז מען זאל זיך נישט צוריקהאלטן וועגן דעם צו בארגן געלט אזוי ווי עס שטיין אין פסוק: "השמר לך פן יהיה דבר עם לבבך בליעל לאמר: קרבה שנת השבע, שנת השמטה, ורעה עינך באחיך האביון, ולא תתן לו..." (דברים טו, ט).

אבער אין די צייט פון די תנאים האבן די חכמים געזען אז מען האלט זיך צוריק און מען האט מורא צו בארגן געלט, האט הלל הזקן מתקן געווען דעם פרוזבול, אז דאס געלט זאל נישט פארפאלן גיין.

דער סדר פונעם פרוזבול ארבעט אז מען שרייבט אראפ א שטר מיט די פאלגענדע ווערטער: "מוסר אני לכם איש פלוני ופלוני הדיינים שבמקום פלוני, שכל חוב שיש לי, שאגבנו כל זמן שארצה" (מסכת שביעית, פרק י, משנה ד).

און דער בית דין פון דריי מענטשן שרייבן דאס אונטער.

מיט דעם ווערט דער חוב איבערגעגעבן פאר בית דין, און פאר זיי מוז מען יא באצאלן ווייל עס שטייט אין פסוק 'ברעהו' און בית דין איז נישט דיין פריינט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!