רוי:פילאדעלפיע ישיבה

ווערסיע פון 21:12, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")


פילאַדעלפיע ישיבה (פולער נאמען: די תלמודישע ישיבה פון פילאַדעלפיע) איז איינע פון די חשובע ליטווישע ישיבות אין אמעריקע. דער צענטראלער קאמפוס פון דער ישיבה געפינט זיך אין אווערברוק, פילאדעלפיע. די היינטיגע ראשי ישיבה זענען הרב שמואל קאמינעצקי (זון פון הרב יעקב קאמינעצקי), רבי שמעון יהודה שוויי און רבי שלום קאמינעצקי.

די ישיבה אנטהאלט סיי א ישיבה קטנה סיי א ישיבה גדולה.

היסטאריע

די ישיבה האט מען געגרינדעט אין יאר ה'תשי"ג (1953) מיטן אנווייז פון הרב אהרן קאטלער, ראש ישיבה פון בית מדרש גבוה אין לעיקוואד, ניו זשערסי, און איז געווען פון די ערשטע ישיבות אין די פאראייניגטע שטאטן. די ערשטע ראשי ישיבה זענען געווען הרב שמואל קאמינעצקי און הרב דוב שווארצמאן.

צוויי יאר נאכהער האט הרב שווארצמאן פארלאזט די ישיבה, און הרב אליה שוויי, א תלמיד מובהק פון הרב אהרן קאטלער, האט איבערגענומען זיין אמט, און ער האט געדינט ווי ראש ישיבה ביז זיין פטירה אין תשע"א (2009).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!