רוי:עדווארד גריג

ווערסיע פון 20:48, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
עדווארד גריג אין 1876

עדוואַרד האַגערופּ גריג (נארוועגיש: Edvard Hagerup Grieg;‏ 15טן יוני 1843 - 4טן סעפטעמבער 1907) איז געווען א נארוועגישער קאמפאזיטאר פונעם ראמאנטישן פעריאד און א פיאניסט. גריג איז בארימט פאר זיין ווערק "פער גינט".

ביאגראפיע

גריג איז געבוירן געווארן אין בערגען, נארוועגיע, דעם 15טן יוני 1843, צו אלעקסאנדער גריג, א סוחר, און יהודית האגערופ. גריג האט אנגעהויבן צו לערנען מוזיק אינעם עלטער פון 6 יאר. ווען גריג איז געווען 15, איז ער אנגעקומען אין דער לייפציגער קאנסערוואטאריע. גריג האט זייער ליב געהאט צו לערנען מוזיק. אין 1863, איז גריג אריבערגעפארן קיין קאפנהאגן. דארטן האט ער זיך דערקענט מיט ריקאַרד נאָרדראַאַקן. נאכן פריצייטיקן טויט פון זיין פריינד האט גריג אויסקאמפאנירט זיין בארימטן "לוויהדיקן מארש".

אין 1867 האט גריג חתונה געהאט מיט נינא האגערופן, זיין קוזינע. א יאר שפעטער, איז זייער איינציקע קינד געבוירן געווארן, אלעקסאנדרא, וואס איז אבער אומגעקומען צוויי יאר שפעטער.

אין 1874-1876 האט גריג קאמפאנירט "פער גינט", זיין בארימטסטע מוזיק יצירה.

עדווארד גריג איז געשטארבן אין 1907.

בארימטע מוזיקאלישע שאפונגען

גריג איז בארימט פאר "פער גינט" און דעם "לוויהדיקן מארש", אבער ער האט אויך קאמפאנירט א פידל סאנאטע.

זעט אויך

  דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.
  דער ארטיקל בנוגע מוזיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!