רוי:עקסאן-מאביל

ווערסיע פון 20:43, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

עקסאן מאביל (ענגליש: Exxon Mobil Corporation) איז די וועלט'ס גרעסטע אויל און גאז פירמע.


אן אויל אימפעריע

עקסאן-מאביל איז די וועלט'ס גרעסטע אויל פראדוצירער און דיסטריביוטער זינט די צוויי פירמעס, עקסאן און מאביל, האבן זיך פאראייניגט אין 99'. די פירמע'ס הויפטקווארטירן זענען אין איירווינג, א סובורב נעבן דאלאס, טעקסאס. די פירמע האט די גרעסטע פארדינסטן אין די היסטאריע און איז די גרעסטע פובליק געהאנדלטע פירמע וועלכע'ס סטאק'ס איז א קאמפאנענט פון די דאו דזשאונס אינדעקס אויף די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש.

עקסאן-מאביל גייט אונטער די נעמען עקסאן, מאביל, אדער עסאו אינדרויסן פון אמעריקע. די פירמע איז די גרעסטע פון די פיר אויל לייבן וועלכע זענען עקסאן-מאביל, ראיעל דאטש שעל פון בריטען, בי-פי אויך פון בריטען, און טאטאל פון פראנקרייך. עקסאן-מאביל איז די גרעסטע פון זיי מיט פראפיט, מארקעט ווערט, און געלט פלוס.


היסטאריע

צוריק אין די 50ער יארן איז עקסאן געגאנגן אונטער דעם נאמען עסא, ענקא, און האמבעל אבער האט דאס געמוזט טוישן צוליב פראבלעמען מיט ענליכקייטן פון אנדערע אויל פירמעס אין יענע יארן. ערשט האט א געריכט געאורטיילט אז די נאמען עסאו זאל נאר באזייטיגט ווערן אין געוויסע שטאטן וואו אנדערע פירמעס מיט ענליכע נעמען האבן אפערירט אבער מיט די יארן האט די פירמע גענצליך געטוישט איר נאמען צו עקסאן און אלע אירע גאזאלין סטאנציעס זענען אריין אונטער דעם נאמען וועלכע איז געווארן א נאציאנאלע בראנד באקאנט מיט איר סימבאל פון רויטע בוכשטאבן מיט צוויי עקסעס וועלכע שטייען ארויס און א בלויע ליניע אונטער דעם.

די היסטאריע פון די אמעריקאנער אויל פירמעס איז א פארצווייגטע און צוריק צו אירע שורשים שטאמען עקסאן און מאביל פון איין זיידע פירמע, סטאנדארט אויל וועלכע איז געווען א טייל פון די ראקעפעלער מאנאפאלי. עקסאן איז געווארן פון די גרעסטע אויל פירמעס און מאביל האט זיך ספעציאליזירט אין לובריקאנט פראדוקטן וועלכע ווערן גענוצט צו באשמירן אויטא טיילן.

אין 98' האבן די צוויי פירמעס אונטערגעשריבן א פאראייניגונג אפמאך וועלכע איז ווערט געווען 73.7 ביליאן דאלאר. עס האט זיך באלד גערעדט פון פארמירן די וועלט'ס גרעסטע קאאפעראציע און איז געגאנגן געשמירט מיט די צושטימונג פון די רעגירונג און אינוועסטירער. א יאר דערויף איז די פירמע אפיציעל פאראייניגט געווארן אונטער דעם נאמען עקסאן-מאביל.

קריטיק קעגן עקסאן-מאביל

עקסאן-מאביל פראדוצירט אויל אין אלע עקן פון די וועלט און דאס רעכנט אריין אזעלכע לענדער וואס ווערן געפירט דורך דיקטאקטורן אדער רעגירונגן וועלכע פארלעצן מענטשליכע רעכטן. דאס ברענגט גרויס קריטיק אויף די פירמע אז זי שטיצט די רעגירונגן און פארלעצט מענטשליכע רעכטן דערמיט.

עקסאן-מאביל איז אקטיוו אין די אטש טעריטאריע אין אינדאנעזיע וואו זי גראבט און פראדוצירט נאטורליכע גאז. אין 01' איז די פירמע געקלאגט געווארן אין פעדעראלע געריכט פאר'ן פארלעצן די עלייען טארט קלעימס אקט וועלכע פארבאט אמעריקאנער פון שטיצן רעגירונגן אדער מיליטערישע באוועגונגן וועלכע פארלעצן מענטשליכע רעכטן. עקסאן-מאביל צאלט גרויסע געלטער פאר די אינדאנעזיער ארמיי צו באשיצן אירע טעריטאריעס וואס מיינט שטיצן אן ארמיי וועלכע אונטערדרוקט אנדערע מענטשן. די קלאגע איז שוין יארן אין געריכט און איז נאך אלץ נישט געלעזט געווארן.

אן ענליכע קלאגע איז געווען אין 03' ווען די פירמע איז געקלאגט געווארן פאר'ן טאן ביזנעס מיט די דיקטאטורישע רעגירונג פון סודאן. די קלאגע איז געווען א ברייטע קעגן נאך צענדליגער אמעריקאנער פירמעס און אלע האבן געדארפט באצאלן געלט קנס.

און דערצו קומען אלע ענווייראמענטאלע קריטיק וועלכע באשולדיגן עקסאן-מאביל פאר פארשידענע ענווייראמענטאלע פארלעצונגן. עס זענען פאראן פילע גרופעס פון ענווייראמענטאליסטן וועלכע קוקן נאך די פירמע און דעקן אויף יעדע שלעכטע זאך. זיי טענה'ן אז די פירמע רעכנט זיך נישט מיט קיינעם און גראבט אויל וואו אימער זי קען און עס אינטערעסירט איר נישט וואספארא שעדליכקייט דאס לאזט איבער אויף די געטראפענע ערטער.

ענווייראמענטאליסטן באשולדיגן די פירמע פאר גלאבאלע אנווארימונג און צייגן אז די פירמע איז פון די גרעסטע קעגנער וועלכע האבן געדרוקט די אמעריקאנער רעגירונג צו איגנארירן די קיאטא פראטאקאל אין וועלכע צענדליגער מאדערניזירטע לענדער האבן זיך פאראייניגט אונטער אן אפמאך צו רעדוצירן די גרינהאוז עפעקט וואס די אינדוסטריאלע פירמעס געבן ארויס צו די אטמאספערע.

עקסאן-מאביל איז פון די גרעסטע שטיצער פאר דעם פלאן צו גראבן פאר אויל אין די ארקטיק וויילדלייף רעפיודזשי אין אלאסקא איבער וועלכע עס זענען פאראן לאנג יעריגע דעבאטעס אויב מען זאל דאס צולאזן אדער נישט, זינט עס איז פאראן אן אפמאך צווישן אמעריקע און קאנאדע צו באשיצן די באשעפענישן וועלכע לעבן דארט. דער פלאן איז עטליכע מאל דורכגעפאלן אין קאנגרעס אבער עס וועט זיכער צוריק אויפקומען אין דער צוקונפט און האט גוטע שאנסן באשטעטיגט צו ווערן אין אן אויל באשמירטע אדמיניסטראציע.

אין די פירמע'ס היסטאריע האט זי געהאט איין ערנסטע קאטאסטראפע ווען א גיגאנטישע טראנספארט שיף האט אין 89' אריינגעקראכט נעבן אלאסקע און אויסגעגאסן 11 מיליאן גאלאנען אויל וועלכע איז די גרעסטע אויסגיסונג אין אמעריקאנער היסטאריע. דער אינצידענט האט אפגעקאסט די פירמע באלד 7 ביליאן דאלאר אנגעהויבן פון די אויפרייניגונג'ס ארבעט וועלכע האט געדויערט 3 יאר און די קאמפענסאציע וואס די פירמע האט געברויכט צאלן פאר אלאסקע איינוואוינער און ביזנעסער פאר די שאדן וואס דאס האט געברענגט.


איז די פירמע צו גרויס?

"די גרויסע אויל פירמעס זענען מעגליך שוין צו גרויס" – איז געווען דער ארויסזאג פון סענאטאר ארלען ספעקטער, דער הויפט פון די סענאט יוסטיץ קאמיטע, אין יולי 2006. ספעקטער (רעפובליקאנער פון פענסעלוועניע) האט געסטראשעט צו רופן די עקזעקיוטיוון פון די גרעסטע אויל פירמעס צו זיין קאמיטע און ערקלערן פארוואס זיי מאכן אזויפיל געלט און פארוואס די קאנסומער צאלט אזעלכע טייערע פרייזן פאר זייערע פראדוקטן.

דאס איז נישט געווען די ערשטע מאל וואס די אויל פירמעס זענען אונטער א פראגע צייכן. אין סעפטעמבער 2005 ווען די פרייזן ביים פאמפ זענען געשטיגן העכער $3 פער גאלאן האט די פעדעראלע טרעיד קאמיסיע געשיקט סובפענעס צו די גרויסע אויל פירמעס און דער שטאַט קאנעטיקוט האט אפילו געשיקט פאר די גאזאלין ריטעילערס. דער אטורני דזשענעראל פון קאנעטיקוט האט אפען קריטיקירט די אויל פירמעס און ריטעילערס פאר'ן בעטן אזעלכע הויכע פרייזן און ער האט אנגעוויזן אז ווי נאר די פירמעס האבן באקומען די סובפענעס זענען די פרייזן געפאלן.

ספעקטער און אנדערע האבן מורא אז די גרויסע פאראייניגונגען צווישן די אויל פירמעס איז א טייל פון דעם פראבלעם ווייל די קאנקורענט איז פיל קלענער און דאס לאזט זיי ארויפלייגן די פרייזן אזוי הויך. אין די פארגאנגענע 15 יאר זענען געווען איבער 2,600 פאראייניגונגען צווישן אויל פירמעס און כאטש אלע זענען באשטעטיגט געווארן דורך די פעדעראלע טרעיד קאמיסיע וועלכע האט גאראנטירט אז דאס וועט נישט שאטן די קאנקורענט, האט אבער די רעגירונג אקאונטעביליטי אפיס איבערגעצייגט נאך אין די 90'גער יארן אז גאזאלין איז געשטיגן צווישן 1 און 7 צענט פער גאלאן נאר א דאנק די פאראייניגונגן און קאסט אפ די אמעריקאנער קאנסומער ביליאנען דאלארן א יאר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!