רוי:סכך

ווערסיע פון 20:24, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

סכך איז די מאטריאל וואס מען נוצט צו באדעקן א סוכה, וואס ווערט גענוצט דורכאויס סוכות.

אין הלכה

סכך מוז על פי הלכה זיין פון א מאטריאל וועלכע וואקסט ארויס פון דער ערד (גידולו מן הקרקע), א שטייגער ווי די אפט-באנוצטע באמבו שטעקנס, לולבים, צי פארשידענע אנדערע סארטן בלעטער און ביימער. די סכך מוז אויך זיין אפגעשניטן פון דער ערד, איז למשל, אויב מאכט מען א סוכה אונטער א בוים, איז זי נישט כשר. אבער דער סכך מוז געמאכט ווערן פון א מאטריאל וואס איז נישט מקבל טומאה, דאס הייסט נישט קיין כלי ווי א לייטער אדער א באנק.

אויך טאר די סכך נישט האבן קיין שלעכטע גערוף, וואס פאר'מיאוס'ט דאס זיצן אין דער סוכה.

אויך מוז די סכך צושטעלן מער שאטן ווי זון-שיין (צלתה מרובה מחמתה); עס מוז אבער נאך אלס זיין גענוג אפן אז ביינאכט זאל מען קענען זען שטערנס פון צווישן די סכך אדער לכל הפחות טאמער עס רעגנט זאל דאס רעגן קענען אריינקומען אדורך דעם סכך.

דער סכך טאר נישט זיין העכער ווי 20 איילן פון דער באדן פון דער סוכה, כדי מען זאל דערקענען אז די סוכה איז באדעקט מיט סכך.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!