רוי:סענדיי ערדציטערניש

ווערסיע פון 20:24, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)


מאפע פונעם ערדציטערניש
שקע הפיליפינים בדרום-מזרח יפן ושקע יפן במזרחה
ערווארטעטע צונאמי כוואליעס אינעם פאציפישן אקעאן
די קראפט סטאנציע אין פוקושימע I.

דער סענדיי ערדציטערניש האט פאסירט דעם 11טן מערץ 2011 14:46 (אויפן יאפאנישן זייגער) קעגנאיבער דעם צפון-מזרח בארטן פון האנשו אינזל, דער גרעסטער אינזל פון יאפאן, נאענט צו דער שטאט סענדיי (Sendai). די שטארקייט פונעם ערדציטערניש איז באשטימט צומערשט ווי 8.9,[1] שפעטער דערהיינטיגט צו 9.0 דורך דער מעטעאראלאגישער אגענטור פון יאפאן.[2] דאס ווערט גערעכנט דער שטערקסטער ערדציטערניש אין יאפאן אין די לעצטע 140 יאר[3] און נאך דער דערהיינטיגונג פון דער שטארקייט – דער פערטער שטערקסטער אין דער וועלט זייט מען האט אנגעהויבן מעסטן ערדציטערנישן. דער ערדציטערניש האט גורם געווען צונאמי כוואליעס הויך 10 מעטער וואס האבן געשלאגן די בארטנס פון האנשו. צונאמי ווארענונגען זענען געגאנגען צו כמעט אלע לענדער אויפן פאציפישן אקעאן, צווישן זיי די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, טשילע.[4]

מער ווי 10500 מענטשן זענען געשטארבן פון די ערדציטערניש און צונאמי.

איינע פון די שווערע תוצאות פונעם ערדציטערניש איז געוון שטארקע שעדיגונגען צו די קערנדיקע קראפט סטאנציעס.

רעפערענצן

  1. עמוד רעידת האדמה באתר USGS (ענגליש)
  2. http://www.ynet.co.il/Ext/Comp/CdaNewsFlash/0,2297,L-4041305_184,00.html
  3. "Japan earthquake - biggest in 140 years", אתר eyewitnessnews.co.za, ‏11טן מערץ 2011 (ענגליש)
  4. חשש מצונאמי באמריקה: תושבים מפונים בהוואי, אויף ynet, 11טן מערץ 2011
  דער ארטיקל בנוגע היסטאריע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!