רוי:חיים שאולזאהן

ווערסיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

חיים שאולזאהן איז א חרדישער זשורנאליסט און בלאגער.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין ירושלים און זיך געצויגן נאך זיין חתונה קיין ברוקלין.

מקורב פון ליובאוויטש, און געווען דער ארויסגעבער פון די צייטונגען "פנים חדשות" אויף עברית און פון דער אידישער "די חרדישע וועלט" צייטונג, ער באריכטעט ווי אין א טאבלויד אלע חרד'ישע פאליטיק וואס אנדערע צייטונגען טרויען זיך נישט צו באשרייבן צוליב לשון הרע, זיינע קריטיקירער טענה'ען אז ער נעמט א שטעלונג אין א יעדע מחלוקה. היינט שרייבט ער אלעס אויף זיין בלאג בעולמם של חרדים וואס ער האט געעפנט אין 2011. ווי אויך איז דער פאקט אז ער שרייבט כמעט אלע זאכן וואס מ'שיקט אים אריין אן זיך אפילו נאכפרעגן אויב עס איז ריכטיג אדער איינפאך אויסגעטראכט.

ער האט אין די מ' און נ' יארן געפירט א מערכה קעגן סאטמאר פאר וועלכע זיי האבן אים אנגעבליך פראבירט צו שעדיגן. היינט צו טאג איז ער איבערהויפט פארנומען מיט די גרויסע חסידות'ן אין ישראל, ווי גער אין בעלז. אין ה'תשע"ה איז געווען א סקאנדאל ווען מ'האט אפגעכאפט אויף ווידעא וואו ער נעמט כאבאר נישט צו שרייבן געוויסע זאכן.

וועב לינקען