רוי:מוזיקטעאטער

ווערסיע פון 19:12, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

 

מוזיקטעאַטער איז אַ סאָרט אויפטרעט ביי אַ טעאַטער. אַ מוזיקטעאַטער שאַפונג הייסט אַ מוזיקשוישפּיל (ענגליש: musical). דאָס נוצט אַקטיאָרן, מוזיק, לידער און אָפט טאַנץ. אַ טייל מוזיקשוישפּילן ניצן נאָר טייל זאַצן דיאַלאָג מיטן רוב אין געזאַנג (צום ביישפּיל, "די מיזעראַבלער"). געווענליך איז דאָס אַ קאָמבינאַציע פון רייד און געזאַנג. אַ טייל באַקאַנטע מוזיקשוישפּילן זענען "וועסט סייד סטאָרי", "די קלאַנגען פון מוזיק", "שיקאַגאָ" און "אָקלאַהאָמע!".

מוזיק איז געווען אַ טייל פון דראַמאַ זינט אוראַלטע צייטן, נאָר דער מאָדערנער מערב'דיגער מוזיקטעאַטער האָט ערשטנס ערשיינט אינעם 19טער יאָרהונדערט.

1850 ביז 1914

אַרום 1850 האָט דעם פראַנצויזישן קאָמפּאָזיטאָר הערווע עקספּערימענטירט מיט אַ סאָרט קאָמישער מוזיקטעאַטער מיטן נאָמען אָפּערעט (opérette). די סאַמע באַקאַנטע אָפּערעטאַ קאָמפּאָזיטאָרן זענען געווען זשאַק אָפנבאַך (1850ער ביז 1870ער) און יאָהאַן שטראַוס דער זון (1870ער ביז 1880ער). די מעלאָדיעס פון אָפנבאַך און די סאַטירע פון זיינע ליברעטיסטן האָט אויסגעפורעמט אַ מאָדעל פאַר מוזיקטעאַטער נאָך.

וויכטיגע אויסווירקן זענען געווען די שאַפונגען פון גילבערט און סאַליוואַן אין בריטאַניע און די פון האַריגען און האַרט אין די פאראייניגטע שטאטן. נאָכן זיי זענען געווען די פאַרשידענע עדוואַרדישע מוזיק-קאָמעדיעס און די מוזיקטעאַטער שאַפונגען פון אַמעריקאַנער שאַפערס ווי דזשאָרדזש מ. קאָהאַן.

דרויסנדע לינקס


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!