רוי:לשון סגי נהור

ווערסיע פון 18:57, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דער טערמין לָשון סַגי נָהור ווערט באנוצט ווען מ'וויל עפעס זאגן פארקערט, ד"ה מען וויל נישט אויסרעדן א שלעכט רייד רעדט מען אויס פארקערט אויף גוטס.

ביישפילן

  • קידושא רבא שבת אינדערפרי איז בלשון סגי נהור (ווייל ס'איז א קליינער קידוש, נאר די ברכה בורא פרי הגפן).
  • בית החיים פאר א בית הקברות
  • יענער איז א גרויסער חכם ווען מ'מיינט צו זאגן אז איז א שטאקיגער נער, וכדומה.
  • אין ספר איוב: ואולם שלח נא ידך וגע בכל אשר לו, אם לא על פניך יברכך, ד"ה בענטשן, ווען עס מיינט אין אמת'ן שעלטן.
  • "הלכות אבלות" ווערט אנגערופן "הלכות שמחות".
  • פרשת מצורע ווערט אנגערופן פרשת טהרה.

מקור

דער מקור פונעם אויסדרוק איז סגי נהור, אן אראמיש ווארט וואס טייטש אסאך ליכטיגקייט. אין דער גמרא ווערט רב ששת גערופן א "סגי נהור". מען נוצט "סגי נהור" צו באצייכענען א בלינדן מענטש, וואס אנשטאט זאגן אז ער זעט בכלל נישט זאגט מען אן איידל לשון אז ער זעט שוין צו סאך.

  דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

   

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!