רוי:מאנאטעאיזם

ווערסיע פון 18:56, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

מאָנאָטעיִזם איז די ערקלערונג אז מען גלויבט נאָר אין איין גאט. די גלויבונג איז אז דער איינער גאט האט באשאפן די וועלט, איז אלמעכטיג, געפינט זיך אומעטום, ווייסט אלץ און פירט די וועלט.

די רעליגיאנען וואס גלויבן אין איין גאט זענען: אידישקייט, און להבדיל אלף אלפי הבדלות איסלאם און קריסטנטום. היינט צו-טאג גלייבן רוב וועלט — בערך 60-55% פון דער וועלט באפעלקערונג —אין איין גאט; און אז דער אייבישטער האט זיך באוויזן ביים בארג סיני; און אז משה רבינו איז געווען א נביא.

עטימאלאגיע

דאס ווארט מאנאטעאיזם קומט פון גריכיש μόνος (מאנאס)[1] וואס באדייט "איינצל" און θεός (טעאס)[2] וואס באדייט "גאט".[3]

רעפערענצן

  1. Monos, Henry George Liddell, Robert Scott, A Greek–English Lexicon, at Perseus
  2. Theos, Henry George Liddell, Robert Scott, A Greek-English Lexicon, at Perseus
  3. The compound μονοθεισμός is current only in Modern Greek. There is a single attestation of μονόθεον in a Byzantine hymn (Canones Junii 20.6.43; A. Acconcia Longo and G. Schirò, Analecta hymnica graeca, vol. 11 e codicibus eruta Italiae inferioris. Rome: Istituto di Studi Bizantini e Neoellenici. Università di Roma, 1978)

מוסטער:רעלי-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!