רוי:כלאר
כלאר (פון גריכיש χλωρóς העל גרין) איז דער כעמישער עלעמענט מיט סימבאל Cl און אטאם נומער 17. ער איז א האלאגען. אונטער סטאנדארד צימער סביבות עקזיסטירט כלאר אין א צווייאטאמיקער (ענגליש: "diatomic", דייטש: "zweiatomig") פארעם אלס א גאז, דאס הייסט צוויי כלאר אטאמען זענען צוזאמען קאוואלענטגעבונדן. דאס איז אפט געשריבן מיט דעם סימבאל "Cl2". בראשית האט דער דייטשער/שוועדישער כעמיקער קארל ווילהעלם שעלע איזאלירט דעם עלעמענט אין דער גאז פארעם אבער ער האט געטראכט אז דאס וואלט זיין א מישונג פון פארשידענע עלעמענטען. נאר שפעטער האט דער ענגלישער כעמיקער סיר האמפרי דייווי דעם גאז צום ערשטן מאל געגעבן דעם נאמען "Chlorine" (יידיש: "כלאר") אלס אן איינציקער עלעמענט.
כלאר קען מען שמעקן אין א קאנצענטראציע פון ppm 3.5 (דריי און אַ האַלב טיילן אין אַ מיליאָן).
אז א כלאר אטאם באקומט נאך אן עלעקטראן הייסט עס דאן א כלאריד יאן אדער אניאן וואס האט דעם סימבאל "-Cl". דאס קען מען מעסטן אין א פרעפאראט אדער מישונג מיט כלארימעטרישער טיטראַציע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!