רוי:רבי חיים מנחם העשל
רבי חיים מנחם העשל זצ"ל (ה'תקצ"ז - כ"ד סיון ה'תרנ"ג), פון זשינקאוו.
אפשטאם
רבי חיים מנחם איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ז, צו זיין פאטער הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל, רב אין אפטא, דער "אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת סימא א טאכטער פון הרב ישראל, אן איידעם פון הרב משה צבי פון סאווראן.
רבנות
אין יאר ה'תרכ"ד נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי חיים מנחם געווארן ממלא מקום פון פאטער אין זשינקאוו
הסתלקות
פאמיליע
רבי חיים מנחם האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב דוד טווערסקי פון טאלנא. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת אסתר דינה א טאכטער פון הרב יחיאל מיכל פון קאשיווקא. זיינע קינדער:
- הרב פנחס העשל, פון זשינקאוו.
- הרב משה העשל, פון זשינקאוו.
- מרת חיה שרה ( - ל' שבט ה'תר"ף), די ווייב פון הרב ישעיה טווערסקי ( - כ"ב חשוון ה'תר"ף), פון מאקאראוו.
- מרת דבורה.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר