רוי:ים פון אזאוו

ווערסיע פון 17:20, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")

דער ים פון אזאוו (רוסיש: Азо́вское мо́ре - אַזאווסקאיע מארע; אוקראיניש: Азо́вське мо́ре - אַזאווס'קע מארע) איז דער וועלט'ס פלאטשיגסטער ים, באהאפטן דורכן קערטשער דורכגאס צום שווארצן ים צו דרום. זיינע גרעניצן זענען אוקראינע צו צפון, רוסלאנד צו מזרח און דער קרימער האלבאינזל צו מערב. דער דן טייך פליסט אין ים אריין.

רוב פארשערס האלטן אז דער נאמען שטאמט פון דער שטאט אַזאוו אדער אַזאַק, וואס איז טייטש 'נידעריג' אויף טערקיש.

געאלאגיע

דער ים איז לאנג 340 ק"מ און ברייט 135 ק"מ מיט א שטח פון 37555 קוואדראט ק"מ. די עיקר טייכן וואס פליסן אין ים אריין זענען דער דאן און דער קובאַן; זיי גאראנטירן אז דאס וואסער אין ים ווערט נישט שטארק פארזאלצן, און אין א טייל ערטער זענען כמעט פריש וואסער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!