רוי:טעאטער

ווערסיע פון 16:33, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
טעאטער

טעאַטער (פון אוראלט גריכיש: θέατρον טהעאַטראן) איז א קונסט וואו עס ווערט געשפילט פארשטעלונגען מיט לעבעדיקע אקטיארן. דער פלאץ וואו די פארשטעלונגען קומען פאר הייסט א טעאטער. געווענליך שפילט מען די פארשטעלונג אויף א בינע.

איינער וואס שרייבט פארשטעלונגען צום טעאטער הייסט א דראמאטורג.

היסטאריע

די ערשטע פארשטעלונגען זענען פארגעקומען אין אוראלט גריכנלאנד. פארשטעלונגען זענען געווען אדער טראגעדיעס אדער קאמעדיעס. די גריכישע דראמאטורגן זענען געווען אייסקילוס, סאפאקלעס, אייריפידעס און אריסטאפאנעס. זיי האבן געהאלטן פארמעסטן צווישן דראמאטורגן און מען האט באלוינט דעם געווינער מיט א פריז.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!