רוי:הייסע וואסער סיסטעם

ווערסיע פון 15:37, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

הייס וואסער סיסטעם איז א וועג פון הייצן א הויז דורך הייצן וואסער אין א פוירנעס און דאס ארומשיקן אין רערן דורך די קראפט פון גראוויטי.


אמאל

דער קאנצעפט פון הייס וואסער סיסטעמען גייט צוריק זייער לאנג ווען מען האט אין געוויסע פלעצער וואו עס איז פאראן נאטורליכע ווארימע ספרינג וואסער גענוצט די וואסער פאר הייצונג. דאס וואסער איז נאר איינמאל גענוצט געווארן ווייל נאכ'ן צירקולירן די גאנצע הויז איז עס געווארן קאלט און עס איז געגאנגען אין אפלויף גענוי ווי אונזערע קראנען. די סארט סיסטעמען האבן נישט גענוצט קיין פאמפ נאר די רערן זענען געווען אויסגערעכנט לויט די גראוויטי טבעיות און דאס וואסער האט צירקולירט פון זיך אליינס.


היינט

מאדערנע וואסער סיסטעמען פארמאגן א בוילער וועלכע הייצט אויף דאס וואסער צווישן 140 און 180 דעגרי פארנהייט און דאן ווערט דאס וואסער צירקולירט ארום די הויז און גייט אריין אין ראדיאטערס וועלכע געבן ארויס די היץ אין די צימערן. אויך אין די סארט סיסטעמען זענען פאראן טייל אין וועלכע דאס וואסער צירקולירט דורך גראוויטי אדער לופט דרוק אבער רוב היינטיגע הייסע וואסער סיסטעמען נוצן יא א פאמפ וועלכע קאנטראלירט בעסער די קראפט פון דאס וואסער.


סיסטעם סארטן

עס זענען פאראן צוויי ערליי סיסטעמען, איינס איז אן איינצעלע רער סיסטעם אין וועלכע אלע געהייצטע וואסער גייט אריין אין איין הויפט רער און פון דארט ווערט עס צעשפרייט צו אלע ראדיאטארס און דאן פליסט עס צוריק אריין אין די זעלבע רערן. דער פראבלעם מיט אזא סיסטעם איז אבער אז דאס וואסער ווערט אפגעקילט אויפ'ן וועג אין די רערן און די צימערן וועלכע געפינען זיך ווייט פונעם פוירנוס באקומען נישט די זעלבע מאס היץ ווי די נענטערע סיסטעמען.

די צווייטע סארט סיסטעם איז פיל בעסער פון דעם און פארמאגט צוויי רערן ליניעס. עס איז פאראן א הויפט רער וועלכע צעשפרייט דאס וואסער צו אלע ראדיאטארס און דערנאך איז פאראן נאך א רער סיסטעם וועלכע שיקט צוריק דאס וואסער צו די פוירנוס און ווערט נאכאמאל געהייצט. אין אזא סיסטעם וועט יעדעס ביסל וואסער אנקומען צו יעדע עק פון די הויז ווייל עס נוצט א בעסערע צירקולאציע סיסטעם און ווערט נישט אפגעקילט אזוי שנעל.

אין ביידע סארט סיסטעמען מוז זיין א רעזערוו טאנק פון הייסע וואסער וועלכע דארף זיין גרייט צו קענען סופלייען די סיסטעם ווען עס פעלט אויס מער וואסער. די טאנקן זענען אנגעפילט מיט 50 פראצענט צוזאמענגעדרוקטע לופט וועלכע שטופט ארויס דאס וואסער ווען עס לאזט נאך די פלוס אין די רערן.

זעט אויך

ar:غلاية (صناعة) be:Паравы кацёл be-x-old:Паравы кацёл hi:वाष्पक hr:Kotao hu:Gőzkazán id:Pendidih io:Kaldiero ko:보일러 lt:Garo katilas ms:Dandang ro:Cazan scn:Quadara sk:Parný kotol ta:உலை th:บอยเลอร์ tr:Kazan (Basınçlı Kaplar)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!