רוי:הויז קאנסטרוקציע

ווערסיע פון 15:34, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

הויז קאנסטרוקציע איז דאס בויען אדער איבערמאכן א הויז פאר מענטשן צו וואוינען.

הייזער ווערן געבויט מיט סטאנדארטע בויען פראקטיקס וועלכע איז מיט די יארן געווארן לעגאלע בילדינג קאודס וועלכע ווענדן אן צו אלע הייזער וועלכע ווערן געבויט אין א מאדערן לאנד.

אויסער די לעגאלע סטאנדארטן האבן בויערס זיך שטענדיג צוגעשטעלט צו פאראייניגטע סטאנדארטן ווייל דורכדעם זענען מאטריאלן שטענדיג פארזארגט אויפן מארק און זענען ביליגער.

באמערקונג: די פאלגענדע שורות באטראכט די קאנסטרוקציע סיסטעם מיט וועלכע רוב הייזער אין אמעריקע זענען און ווערן געבויט. היינט איז פאראן מער פארגעשריטענע ארכיטעקטור וועלכע פארנעמט נאר א קליינע פראצענט פון הויז קאנסטרוקציע.

פראצעדור

א דורכשניטליכע הויז ווערט געבויט אויף דער פאלגענדער פראצעדור:

גרעידינג און צוגרייטונג פון דעם פלאץ, פונדאמענט קאנסטרוקציע, פרעימינג, פענסטער און טירן, דאך, סיידינג, עלעקטריק, אינסטאלאציע, אינסולעישן, דרייוואל, אנדערלעימענט, טרים, פארבן, לעצטע עלעקטריק איינשטעלונג, קיך און ארויסגאנג צימערן, ענדע פון פלאמבינג, קארפעט און פלארינג, באהעפטונג צום וואסער מעין, באהעפטונג צום אפפאל סיסטעם, פאנטש ליסטע.

א הויז ווערט געבויט דורך א הויפט קאנטראקטאר וועלכע פירט אן מיט די ארבעט און ער דינגט די סוב-קאנטראקטארס צו טאן די סארט ארבעט מיט וועלכע זיי זענען ספעציאליזירט. עלעקטריק, פלאמבינג, פרעמינג, רופינג, און נאך זאכן ווערן געטאן דורך סוב-קאנטראקטארס וועלכע ווערן געפירט דורך דעם הויפט קאנטראקטאר.


שטח צוגרייטונג

עס זענען פאראן דריי סארט פונדאמענטן און צו יעדע פון זיי וועט מען אנדערש דארפן צוגרייטן דאס פלאץ וואו מען גייט בויען דאס הויז. נארמאל וועט מען נוצן בולדאזערס אוועקצונעמען אלע שטיינער און געוואוקסן וועלכע זענען דארט פאראן און אויב דאס פלאץ איז נישט גלייך וועט מען דאס דארפן אויסגלייכן וועלכע ווערט אנגערופן לעוולן. רוב קאנטראקטארס האבן זייערע אייגענע שטאב צו טאן די סארט ארבעט אבער פאראן אסאך וואס דינגן א סוב-קאנטראקטאר וועלכע ספעציאליזירט זיך אין דעם.

די דריי סארט פונדאמענטן רופן זיך: קראול ספעיס, סלעב, און בעיסמענט. א קראול ספעיס איז די מערסט פאפולערע סארט פונדאמענט וועלכע באשטייט פון קליינע גרובער אין די ערד וואו עס ווערט אריינגעגאסן קענקרעט צעמענט און אויף די יסודות ווערט די הויז ארויפגעצויגן. די לעכער זענען געווענליך נישט מער ווי עטליכע פיס גרויס אבער עס ווענדט זיך אסאך לויט וואספארא סארט ערד עס איז דארט פאראן. אויב די ערד איז הארט וועט גענוג זיין קליינע קראול ספעיסעס און אויב די ערד איז ווייעך וועט מען דארפן גרעסערע קראול ספעיסעס ווייל די וואג פון די הויז דארף צעשפרייט ווערן אויף א גרעסערע שטח עס זאל נישט זינקן.

אויב מאכט מען א סלעב פונדאמענט וועט מען בעיקר דארפן אויסגלייכן דאס פלאץ אויף הונדערט פראצענט וועלכע איז א לאנגע ארבעט און דערנאך וועט מען גיסן דעם פונדאמענט.

פאר א בעיסמענט פונדאמענט וועט מען דארפן אויסגראבן א פיר עקיגע גרוב די גרויס ווי די הויז גייט זיין אין וועלכע מען וועט אריינגיסן דעם פונדאמענט.


פונדאמענט

די גרינגסטע פונדאמענט צו מאכן איז א סלעב וועלכע איז נישט מער ווי א גלייכע געגאסענע שטיין אויף די ערד אויף וועלכע די הויז ווערט געבויט. אמאל פלעגט מען בויען הייזער אויף שווימענדיגע סלעבס וואס איז פשוט געווען געגאסן אויף די ערד און איז געבליבן אין פלאץ פון די וואג פון די הויז וואס איז געבויט געווארן אויף איר. היינט גיסט מען א סלעב מיט צוויי האלטערס אויף צוויי עקן וועלכע גייען אריין 4 פיס טיף אין די ערד און האלט דעם פונדאמענט אין פלאץ עס זאל נישט אוועקשווימען פון שטורעם ווינטן אדער פארפלייצונגן.

די עיקר ארבעט פון א סלעב פונדאמענט איז אויסצוגלייכן די שטח וועלכע דארף זיין הונדערט פראצענט גלייך בעפאר מען גיסט די צעמענט. מען לייגט געווענליך קליינע שטיינער (גרעוול) צו באפעסטיגן און אויף דעם פלאסטיק וועלכע האלט צוריק פייכקייט פון צוברעכן דעם פונדאמענט און אויף דעם גיסט מען ארויף די צעמענט.

א סלעב קען נאר גענוצט ווערן אלס א פונדאמענט אין ווארימע ערטער ווייל אין קאלטע ערטער וועט די ערד אונטער דעם פרירן און צוברעכן די גאנצע סלעב. אפילו אין ווארימע ערטער וועט מען געווענליך גיסן די עקן 4 פיס טיף וועלכע איז טיפער ווי די פרירן שטאפל אין פאל עס קומטא קאלטע וועטער זאל אלעס בלייבן אין פלאץ.

כדי צו באפעסטיגן די קאנקרעט איינמאל עס איז אויסגעטרוקענט לייגט מען אויס אייזערנע גרידס וועלכע טרוקענט זיך אויס אינאיינעם מיט די צעמענט און האלט צוזאם די קאנקרעט אין פאל פון עקסטרעמע וועטערס און ספעציעל ערדציטערנישן און פלאנצונגן וועלכע קומען פון אונטער דעם פונדאמענט.

א בעיסמענט פונדאמענט איז א לאנגע פראדעצור און איז די שטערקסטע פונדאמענט סארט און אויך די טייערסטע. נארמאל גראבט מען אן 8 פיסיגע גרוב און מען גיסט א פונדאמענט ארום און ארום ווי 4 ווענט און דערנאך א סלעב פון אינעווייניג. בעפאר מען גיסט די ווענט גיסט מען קליינע שטאנגן ביי די עקן און מען שטעלט אריין אן אייזערנע הוק וועלכע האלט צוזאמען די וואנט מיט די שטאנג.

א קראול ספעיס פונדאמענט איז צום מערסטן אויפגעכאפט און האט אסאך מעלות וועלכע די אנדערע צוויי סארט פונדאמענטן האבן נישט. עס איז געאייגענט אפילו אין פייכטע ערד, עס איז פיל ביליגער פון א בעיסמענט פונדאמענט, און לאזט די בעסטע איינטריט צו די הויפט וואסער און אפפאל סיסטעם.

געווענליך באשטייט עס פון נידעריגע ווענט פון אלע 4 זייטן וועלכע האלטן זיך אין פלאץ דורך לעכער אין די ערד וועלכע זענען אנגעפילט מיט צעמענט און באהעפטן די ווענט מיט ספעציעלע הוקס. אין צוגאב צו די ווענט לייגט מען אסאך שטאנגן אינעם צענטער וועלכע ארבעטן אויפ'ן זעלבן סיסטעם און גרויסע ציגל ווערן ארויפגעצויגן אויף די יסוד און גרייכן אייניג מיט די ווענט ארום און וועט עווענטועל העלפן האלטן די וואג פון די הויז.

וויבאלד אין אזא פאל ווערט די הויז געבויט העכער די ערד קומט דער פראבלעם פון וואסער וועלכע זאמעלט זיך אן אונטער די הויז און דערפאר מאכט מען ספעציעלע לעכער און מען שטעלט אריין רערן אונטער די ערד וועלכע זאלן אוועקטראגן דאס וואסער וועלכע איז א שטער פאר דעם פונדאמענט.

יעדע סארט פונדאמענט איז געמאכט פון קאנקרעט און נעמט 4 וואכן ביז עס טרוקענט אינגאנצן אויס און איז גרייט מען זאל אנהייבן בויען די משא אויף אים.

פאדלאגע

א פאדלאגע באשטייט פון 10X2 אינטש הילצערנע שטאנגען וועלכע ליגן אויף די לענג און זענען אויסגעשטעלט אין א רייע איינס אפגערוקט פון די אנדערע מיט די זעלבע מאס. מען נוצט א ספעציעלע סארט האלץ וועלכע ווערט באהאפטן צו די פונדאמענט און אויף דעם לייגט מען די שטאנגן.

געווענליך איז פאראן א מיטעלסטע שטאנג ( אדער מער ווי איינס) צו וועלכע אלע שטאנגען קומען זיך צוזאם אין זיצן דערויף. איינמאל די שטאנגן זענען פארטיג לייגט מען פלייוואוד און דאס דינט אלס די פלאר פון די הויז.

אין א סלעב פונדאמענט איז בכלל נישט פאראן קיין פלארינג ווייל די סלעב דינט אלס די פלאר פון די הויז.

ווענט

די ווענט ווערן געבויט פון (4X2) לאמבער אין א פרעים מיט איינס אפגערוקט פון די אנדערע 16 אינטשעס. די ארבעט איז גאנץ פשוט צוזאמענגעקלאפט מיט שיס נעגל אויף די ערד און ווען עס איז פארטיג שלעפט מען עס ארויף אלס א וואנט און אזוי גייט וואנט נאך וואנט. ווען די פרעים איז קאמפלעט פארטיג דעקט מען דאס איבער מיט פלייוואוד אדער או-עס-בי האלץ (א שטערקערע סארט פון פלייוואוד) וועלכע האלט עס צוזאמען און דעקט אלעס איבער.

די 16 אינטש אויסשטעל טוישט זיך קיינמאל נישט אויסער דארט וואו עס האקט איבער א פענסטער, טיר אדער אנדערע וואנט וועלכע דארף דארט באהאפטן ווערן. יעדע פענסטער איז אויסגעשניטן אין די פלייוואוד און מען לייגט מערערע סטאדס (4X2) דאס צו פארשטערקערן. אויסער די עקסטערע סטאדס וועט מען העכער יעדע פענסטער און טיר מאכן א העדער וועלכע באשטייט פון צוויי 10X2 און א פלייוואוד אינדערצווישן ווי א סענדוויטש. דער סיבה פארוואס עס איז פאראן א שטיק פלייוואוד איז וויבאלד א 4X2 איז באמת נאר איינס און א האלב ביי 3 אינטשעס און א 10X2 איז נאר איינס און א האלב ביי 9 און א האלב אינטשעס וואס מיינט אז צוויי אינאיינעם וועלן נאר זיין דיק 3 אינטשעס און מען וועט דארפן אריינשטעלן א האלבע אינטש פלייוואוד דאס צו מאכן די ברייט פון די 4X2 וועלכע איז אין פאקט נאר 3 און א האלב אינטשעס.

די העדער דינט ווי א באזונדערע שטאנג צו פארשטערקערן דער טייל פון די וואנט וועלכע איז פארשניטן געווארן צו מאכן פלאץ פאר די פענסטער אדער טיר. די לעכער נעמען אוועק פון די וואנטס פעסטקייט און די העדער טוט דאס ערזעצן צו קענען האלטן די דאך העכער איר.

איינמאל די ווענט זענען אויפגעבויט וועט מען דאס איבערדעקן מיט א ספעציעלע פלאסטיק וועלכע רופט זיך HOUSE WRAP אדער PINK WRAP וועלכע וועט באשיצן די האלץ פון אלע סארט וועטערס ווי רעגן, שניי, קעלט, און היצן.


דאך

בויען א דאך איז היינט פון די גרינגסטע זאכן וויבאלד מען קויפט פארטיגע פרעים'ס וועלכע ווערט גענוצט צו מאכן די דאך. די פרעים'ס ווערן אנגערופן טראסעס און קומען אין פארשידענע פארעמען געוואנדן לויט די סטייל דאך וואס מען גייט בויען. די טראסעס ווערן באהאפטן צו די ווענט מיט אייזערנע פלעיטס און עס נעמט אינגאנצן עטליכע שטונדן דאס צו אינסטאלירן.

טראסעס זענען געמאכט פון 4X2 אבער איז זייער שטארק און איז ספעציעל אזוי געבויט אז די גאנצע וואג פון די דאך גייט צו די דרויסנדיגע ווענט כדי מען זאל שפעטער קענען רוקן די אינעווייניגסטע ווענט אן דעם וואס די דאך זאל עפעקטירט ווערן. די טראסעס קומען אין סטאנדארטע סייזעס אבער די קאנטראקטאר קענען דאס באשטעלן אין וועלכע פארעם אדער סייז זיי ווילן, געוואנדן לויט וואס זיי ווילן מאכן.

איינמאל אלע טראסעס זענען אין פלאץ ציט מען איבער די דאך פון אינדרויסן מיט פלייוואוד אדער או-עס-בי האלץ און די געבוי פון די דאך איז פארטיג.

אמאל ווען מען האט נאך נישט געקענט קויפן טראסעס האבן די קאנטראקטאר דאס אליינס געבויט מיט שווערע שטאנגן ווי 10X2 . דאס איז געווען א קאמפליצירטע ארבעט וועלכע האט גענומען אסאך צייט און האט געקאסט פיל מער. עס זענען נאך היינט פאראן מענטשן וואס בויען אליינס זייערע הייזער וואס מאכן אויך די דאך אליינס און שפענדן אסאך צייט דערפאר און כאטש עס איז טייערער וועלן זיי דאס טאן פאר זייער אייגענע ערפארונג אדער פארגעניגן.


פענסטער און טירן

פענסטער און טירן גייט צוזאמען און ווערט באשטעלט לויט וויפיל מען דארף האבן און וואספארא סארט. ווען מען קוקט אן א פענסטער זעט עס אויס ווי א קאמפליצירטע ארבעט צו אינסטאלירן אבער אין פאקט איז עס א קלייניקייט און גייט זייער שנעל. די עפענונגן פאר די פענסטער און טירן זענען אויסגערעכנט אויף די האר צו די סייז פון די פענסטער אין טירן און ווען מען שטעלט דאס אריין גייט עס איינס צוויי און ווערט געסטעיפלט פון אינדרויסן און געקלעבט פון אינעווייניג.

וויבאלד די פענסטער און טירן גיבן א שטארקע איינדרוק אויפן אויסקוק פון די הויז וועט מען געווענליך שפענדן געלט פאר א שיינע דעזיין צו געבן די הויז א סאפיסטיקירטע אויסקוק. ספעציעל איז מען מקפיד אויף די פאדערשטע טיר און פענסטער וועלכע ווערן געזען אויפ'ן ערשטן בליק ווען מען קוקט אויף די הויז.


רופינג

די דאך איז געבויט פון האלץ און דארף איבערגעדעקט ווערן מיט ספעציעלע מאטריאל צו קענען אויסהאלטן רעגן און שניי וועלכע וועט זיך דארט אנזאמלן. די סארט ארבעט ווערט אנגערופן רופינג (ROOFING) און ווערט געטאן דורך א סוב- קאנטראקטאר.

ערשט קלעבט מען ארויף א סארט פאפיר וועלכע רופט זיך טאר פאפיר און אויף דעם קלאפט מען ארויף די שינגלעס וועלכע זענען פעך שטיקער געשניטן אין א געוויסע סייז. מען לייגט זיי ווי ציגל איינע אויף די אנדערע איבער די גאנצע דאך.

די ארבעט פון רופינג איז בעיקר אויסצורעכנען אז דאס וואסער זאל שנעל אראפרינען פון די דאך ווי איידער עס זאל צוריק האלטן פון אריינפליסן אין די הויז. די מאטריאלן באשיצן די דאך פון וואסער אבער מיט דער צייט קען עס געשעדיגט ווערן און דערפאר רעכנט מען אויס אז אלע וואסער זאל פון דארט ווי שנעלער אראפרינען און זענען פאראן פארשידענע סטאנדארטע טאקטיקן וויאזוי דאס ווערט געמאכט.


סיידינג

רוב הייזער זענען באדעקט פון די זייטן מיט סיידינג וועלכע זענען וויינעל אדער פלאסטיק. די סיידינג קומען אין לאנגע שטיקער פון 12 פיס און איין פיס הויך. מען לייגט זיי פון אונטן ארויף איינע העכער די אנדערע און זיי שפארן זיך איינס אריין אינעם צווייטן.

וויבאלד אויך די ווענט דארפן זיין באשיצט פון רעגן און עקסטרעמע וועטערס איז פאראן א רייע סטאנדארטן וועלכע דארפן נאכגעפאלגט ווערן ווען מען לייגט די סיידינג. די מאטריאל קען שרינקן אדער אויסגעצויגן ווערן פון ווארימע אדער קאלטע וועטערס און דאס דארף אויך גענומען ווערן אין באטראכט און דערפאר וועט מען מוזן אריינציען אביסל טיפער ביי אלע עקן.

איינמאל די סיידינג איז פארטיג האט מען געענדיגט די דרויסנדיגע געבוי וועלכע איז שוין יעצט אויך באשיצט פון רעגן, שניי, קעלט, און היצן. יצעט קען מען אנהייבן ארבעטן אויף די אינעווייניגסטע טייל פון הויז.


פלאמבינג

  פלאמבינג

צוריק מיט 200 יאר איז נישט געווען אזא זאך ווי פלאמבינג אין א הויז. עס איז נישט געווען קיין קראן פון ווי עס האט גערינען וואסער ( אחוץ אויב איינער האט דאס אליינס געמאכט) און עס איז נישט געווען אזא זאך ווי אן ארויסגאנג צימער אין א הויז. אלע פארצייטישע הייזער און אפילו פאלאצן האבן געבויט ארויסגאנג צימערן אין פעלד און דאס קען נאך געזען ווערן אין די רייכע פאלאץ אין וויליאמסבורג, ווירידזשיניע, וואו דער רייכער ענגלישער קאלאניעל גאווערנער האט געוואוינט 300 יאר צוריק. היינט קומט יעדע הויז מיט אלעס צוגעשטעלט וואס מיינט וואסער און סוער סיסטעם וואו דער אפפאל גייט ארויס.

פלאמבינג ווערט אינסטאלירט אויפ'ן זעלבן סיסטעם אין אלע הייזער וויבאלד עס זענען פאראן פלאמבינג קאודס און אלע הייזער דארפן דאס איינשטעלן. די לאקאלע רעגירונגן זענען פאראנטווארטליכט פאר די פלאמבינג סיסטעמען און זיי זענען זייער שטרענג ווען עס קומט דערצו וויבאלד זיי דארפן זיין זיכער אז ווען א הויז ווערט געבויט זאל די פלאמבינג סיסטעם ארבעטן פאר לאנגע יארן אן קיין פראבלעמען.

דאס וואסער קומט ארויף אין הויז ווייל עס איז פרעשורייזד צי דורך א פאמפ אדער נאטורליך דורך פארשידענע פלאמבינג נאטורן מיט וועלכע די פלאמבערס קענען זיך אויס. די רערן קומען אלע מיט וואלווס וועלכע לאזט נישט דאס וואסער צוריק אראפרינען אזוי אז עס זאל שטענדיג זיין גרייט גענוג וואסער אין די רערן ווען מען דרייט אויף די קראן. גרויסע אפארטמענט געביידעס וועלכע גייען ארויף צענדליגער שטאקן פארמאגן א וואסער טאנק וועלכע געפינט זיך אויפ'ן דאך וואו עס איז אנגעזאמעלט אסאך וואסער וועלכע קומען ארויף מיט שטארקע פאמפס און דאס וואסער גייט פון דארט צוריק אראפ צו אלע הייזער מאכנדיג דעם פראדעצור גרינגער און ביליגער.

דער אפפאל סיסטעם ארבעט אויך מיט א פרעשורייזד סיסיטעם ווייל אויב נישט וואלט אסאך שמוץ פארבליבן אין די רערן און עס וואלט ארויפגעקומען א שלעכטע גערוך. אלע אפפאל גייט ארויס צו א הויפט אפפאל רער וועלכע לויפט אין די גאסן אבער ערשט גייט עס אריין אין א סעפטיק טאנק וועלכע יעדע הויז פארמאגט אינדרויסן נעבן די הויז און פון דארט גייט עס ווייטער. וויבאלד עס איז שטענדיג פאראן שמוץ אין די סעפטיק טאנק וואס גיט ארויס א שטארקע גערוך וועלכע וואלט צוריק ארויפגעקומען אין די הויז, איז פאראן צוויי זאכן וועלכע פארמיידן דאס. די ערשטע איז די רינדיגע רער וועלכע ליגט דירעקט אונטער יעדע אפפאל סיסטעם (אונטער יעדע סינק און אונטער יעדע ביה"כ) וועלכע הלאט צוריק די גערוך זאל ארויפקומען אינאיינעם מיט א ספעציעלע ווענט רער וועלכע גייט ארויף ביז די דאך און לאזט דארט אויסוועפן די אנגעזאמעלטע באבעלס וועלכע ווערן געשאפן פון די שמוץ אין די פרעשורייזד סעפטיק טאנק.

יעדע רער האט א מאס אין דיאמעטער וועלכע עס דארף זיין און פון וועלכע מאטריאל עס דארף זיין. די פלאמבינג קאודס געבן אנווייזונגן אויף יעדע ריר, וויאזוי די רערן זאלן אינסטאלירט ווערן, ווי שטארק דאס דארף זיך האלטן אין פלאץ, ווי לאנג די רערן מעגן זיך ציען, און נאך הונדערטער אנווייזונגן.

עלעקטריק

נאך פלאמבינג קומען די עלעקטרישענס און ציען אריין עלעקטריק וועלכע וועט דינען אלס דער ענערגיע סופלייער פאר די הויז. דער פראדעצור איז א לאנגע ווייל עס פארלאנגט זיך אסאך דרילינג און טויזענטער פיס פון דראטן וועלכע ווערן געצויגן איבער די גאנצע הויז אריין אין אלע צימערן. די עלעקטרישענס וועלן ערשט אינסטאלירן די אויטלעט שאכטלעך וואו עס וועלן שפעטער אריינגעלייגט ווערן די סאקעטס און פון דעם וועלן זיי ציען די דראטן צו א פיוס באקס און פון דארט ארויס צו די הויפט עלעקטריק סיסטעם וועלכע לויפט אויף די גאסן אדער אונטער די ערד. עלעקטריק דראטן גייען דורך ווענט אין דעכער און טיילמאל ביז'ן אפגרונד פון די הויז. ווען אלעס איז פארטיג פרובירט מען אלעס אויס און די ווענט זענען גרייט צו באדעקט ווערן.

איבער די הויפט גאסן און שאסייען לויפן גרויסע טראנסמישן ליניעס און ביי יעדע לאקאלע גאס קומט אראפ א קלענערע טראנסמישן ליניע וועלכע שיקט אראפ 7,200 וואלטס צו די לאקאלע גאס. די קליינע טראנסמישן ליניעס ברענגן אריין די עלעקטריסיטי אין אלע הייזער. ביי יעדע עטליכע הייזער איז פאראן א טראנסמישן דראם וואס נידערט אראפ די 7,200 וואלט צו 240 וואלט און אזוי גייט עס אריין אין יעדע הויז. ווען איר וועט באטראכטן די זיילן און די דראטן וואס קומען אראפ וועט איר זען אז עס קומען ארויס פון די טראנסמישן דראם 3 דראטן פון וועלכע איינס גייט דירעקט אראפ אין די ערד. דאס איז די גראונד דראט וועלכע נוצט די ערד איינצוזאפן די עלעקטראנס וואס ווערן געשאפן פון די עלעקטריק וועלכע לויפט ווי וואלן אהין און צוריק.

אין טייל שטעט איז נישט פאראן קיין זיילן וואו די דראטן לויפן נאר אלעס לויפט אונטער די ערד.


איזאלירונג

בעפאר מען גייט פארמאכן די ווענט לייגט מען אריין איזאלירונג כדי צו שפארן ענערגיע און באשיצן די וואסער רערן און בוי מאטריאלן פון קעלט און היצן. די איזאלירונג מעג אבער נישט פארדעקן אלעס ווייל די ווענט מוזן קענען צירקולירן לופט כדי די מאטריאלן זאלן בלייבן פריש פאר לאנגע יארן. דערפאר לייגט מען ערשט אריין איזאלירונג טשענעלס וועלכע פארזיכערן גענוג פלאץ פאר לופט צירקולאציע.

איזאלירונג איז געמאכט פון פאום וועלכע איז א מאטריאל וועלכע האלט צוריק קעלט און היצן פון דורכגיין. איזאלירונג איז נישט נאר וויכטיג פאר די ווינטער נאר אויך פאר דער זוממער ווען היצן זענען אומדערטרעגליך וועט דאס צוריק האלטן די היץ פון אריינדרינגן דורך די ווענט.

אויף די איזאלירונג ציט מען איבער א ספעציעלע פלאסטיק וועלכע ווערט גערופן VaPOR BARRIER. די פלאסטיק פארהאלט די פייכקייט וועלכע זאמעלט זיך אן אין די הויז פון אריינגיין אין די ווענט. ווען נישט די פלאסטיק וואלט אין די ווינטער, ווען עס זאמעלט זיך אן אסאך פייכקייט אין די ווארימע הויז, די פייכקייט אריינגעדרינגן אין די ווענט און וואלט פארניכטעט די איזאלירונג. אמאל האט מען דאס נישט גענוצט ווייל די דרויסנדיגע ווענט זענען נישט געווען אזוי גוט פארמאכט ווי מען בויט היינט און די פייכקייט האט גרינג געקענט אויסוועפן. אלטע הייזער האבן דאס טאקע נישט און עס איז נישט קיין פראבלעם דארט.

דרייוואל

דרייוואל אדער גיפסקאַרטאן (ענגליש: drywall (USA); plasterboard (Britain)) (אדער שיטראק) איז היינט די איינציגסטע מאטריאל וועלכע ווערט גענוצט צו באדעקן די אינעווייניגסטע ווענט פון אלע הייזער איבער דער גאנצער וועלט. אמאל האט מען גענוצט פארשידענע מאטריאלן, אריינגערעכנט בלעך און אויסגעארבעטע שטיינער. אבער די אלע מאטריאלן האבן געהאט פראבלעמען און דרייוואל האט אלעס איבערגענומען אלס א פראקטישע מאטריאל געמאכט פון פלעסטער וועלכע ליגט צונויפגעדרוקט צווישן צוויי הארטע פאפירן וועלכע מאכט דאס זייער שטייף און שווער. די דרייוואל קומען אין 4 ביי 12 פיס און וועגן 50 פונט יעדע איינע וואס מיינט אז א דורכשניטליכע הויז מיט 200 דרייוואל שטיקער לייגט צו פרישע 10,000 פונט צו די הויז.

מען אינסטאלירט דרייוואל מיט ספעציעלע דרייוואל נעגל און דערנאך פארדעקט מען די שפאלטענעס מיט א ספעציעלע פאפיר טעיפ און פלאסטער ווערנדיג פארענדיגט מיט די ארבעט פון אפרייבן די שטיקער זיי צו מאכן גלייך עס זאל זיין גרייט צו פארבן.

לעצטע ארבעט

לעצטע ארבעט רעכנט אריין זייער אסאך זאכן און נעמט טיילמאל לענגער ווי דאסס בויען ביז אהין. מען דארף ענדיגן די פלארס, אינסטאלירן די הייצונג און עירקאנדישן, צוענדיגן די עלעקטריק ארבעט און לייגן די לעקטערס, אינסטאלירן א קיך און באד צימער, ענדיגן די אינסטאלאציע גרייט פאר די אפלייענסעס, פארבן, לייגן טעפעכעס, מאכן שענק, און נאך א רייע וויכטיגע זאכן וועלכע יעדע הויז באקומט.

הייצונג און עיר קאנדישן (HVAC) איז אסאך געוואנדן לויט וואספארא סארט הויז דאס איז. אין א קראול ספעיס אדער איין שטאקיגע הויז קען מען אינסטאלירן די הייצונג און עיר קאנדישן שפעטער ווייל אלעס גייט פון אונטער דעם הויז. אין א בעיסמענט הויז אדער צוויי שטאקיגע הויז דארף מען דאס אינסטאלירן די דאקטס בעפאר מען פארמאכט די ווענט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!