רוי:רבי חיים דוד בערנהארד

ווערסיע פון 07:08, 9 יוני 2022 דורך YI>פוילישער (רעדאַקטירונגען פֿון אבימי לעווין צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי חיים דוד בערנהארד (תקל"ה - י"ט שבט, ה'תרי"ח) איז געווען א רבי אין פיעטרקאוו, קאנגרעס פוילן. די חסידים האבן אים גערופן "רבי דאקטאר" — ער איז געווען דער דאקטער פון אסאך פריצים און אדל-לייט און אויך דער דאקטאר אינעם יידישן שפיטאל אין פיעטרקאוו. ער איז געווען א תלמיד פון דעם חוזה פֿון לובלין, ר' דוד לעלאווער וואס האט אים געברענגט צו חסידות, דעם סבא קדישא פון ראדאשיץ און דעם תפארת שלמה.

יונגע יארן

חיים דוד איז געבוירן בערך אין יאר ה'תקל"ה אין זאלאשין, פיעטרקאוו גובערניע, צו זיין פאטער ישכר בער בערנהארד, א פשוטער ייד און א גייער. חסידים דערציילן אז זײַנע עלטערן האבן יארן לאנג נישט געהאט קינדער, און חיים דוד איז געבוירן דורך א ברכה פונעם רבי'ן ר' מיילעך.

ווען ער איז געווארן עלטער איז ער געווארן געצויגן צו אן אסימילירטן דאקטער, און ער האט אליין שטודירט מעדיצין. ער האט חתונה געהאט מיט אן אסימילירטער יידישער פרוי, העלען. איין מאל זענען זיי געגאנגען שפאצירן אין די גאסן פון זשארנאוו און זיי האבן באמערקט אז אלע יידן לויפן אין שול אריין מיט גרויס ערנסטקייט. האבן זיי געפרעגט "וואס האט פאסירט?" האט עמעצער זיי געענטפערט: "איר ווייסט נישט אז יעצט איז חודש אלול? מען לויפט אין שול הערן התעוררות ווערטער פונעם רב".

דאס פאר-פאלק האבן זיך דערנענטערט צום שוועל פון דער שול צו הערן. מען האט זיי באקאנט געמאכט אז פאר ווייבער איז דא א באזונדערע ווייבער־שול. בלית ברירה האבן זיי זיך צעשיידט און זי איז ארויף אין דער ווייבער־שול.

די ווארימע דרשה האט געמאכט א שטארקן איינדרוק אויף אים, זיך דערמאנענדיג פון זיינע יונגע יארן, אזש ער האט אויסגעבראכן אין א געוויין.

א קורצע צייט דערנאך האבן זיי מחליט געווען צו תשובה טאן. אויף די עצה פון זיינע באקאנטע איז ער געפארן צום רבי'ן פון לובלין וואו ער איז געווארן מקושר צו איהם ביז זיין פטירה.

דער רבי פון לובלין האט אים געהייסן ווייטער אנצוגיין מיט זיין דאקטעריי פאך, אבער ער האט זיך פראבירט ארויסצודרייען פון צו גיין צו פריצים און גויים.

ווען ער פלעגט גיין צו א ייד היילן, פלעגט מען אים געבן א קוויטל מיטן נאמען און דער מאמע'ס נאמען ווי מען גיט פאר א רבי'ן.

נאך דער פטירה פון זיין רבי'ן איז ער איינגעגאנגען אויף די געבעטן פון טייל חסידים און איז געווארן א רבי. אבער ער איז נישט געגאנגען מיט די אנגענומענע חסיד'ישע מלבושים נאר ער האט ווייטער אנגעטון די דאקטארישע קליידער מיטן צילינדער.

ער האט געדאוונט אינעם "שארפֿע יינגעלייט" שטיבל אין פיעטרקאוו.

רעפֿערענצן