רוי:דאקטער

ווערסיע פון 13:36, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א דאָקטער (מ"צ דאקטוירים) איז דער וואס פראַקטיצירט מעדיצין און היילט אויס קרענק.

כאטש דאס ווארט דאקטער שטאמט פון דעם טיטל דאָקטאָר, היינטיגע טעג קען מען ווערן א דאקטער אן דעם דאקטאר טיטל. אין טייל לענדער ווערן די ציינדאקטוירים אויך גערופן "דאקטער".

דאקטעריי אין אמעריקע

אין דעם פעלד פון דאקטעריי איז פארהאן צוויי שטאפלען, איינס וואס ווערט אנגערופן אויף די ענגלישע שפראך מיט די בוכשטאבן פי סי פי, וואס איז ראשי תיבות פ'ריימערי ק'עיר פ'ראקטישאנער, אן אלגעמיינער דאקטער וואס ער דארף זיך אויסקענען מיטן גאנצן געשטעל פונעם מענטשן אין אלע הינזיכטן אבער ער קען נישט יעדע פאך באזונדער, דאס הייסט א דאקטער וואס איז פונעם ערשטן שטאפל וואס ער קען זיך מער ווייניגער אויס מיט יעדן חלק פונעם גוף אויף אזויפיל צו קענען וויסן ווי צו שיקן אויב עס מאכט זיך א קאמפליקאציע, אויך קען ער היילן געוונליכע קליינע זאכן, און בפרט איז דאס זייער וויכטיג ווען א מענטש האט מערערע קאמפליקאציעס און איינער דארף צוזאמען נעמען אלע אויף איין פלאץ און זעהן וויאזוי מען באהאנדלט דאס אז עס זאל ארבעטן אויף ווי ווייט מעגליך אויף אן ארגאניזירטן סיסטעם.

די אמעריקאנער באפעלקערונג איז זייער פארגלייבט און זיי געווענליכן פי סי פי וואס אסאך רופן דאס אן דער פאמיליע דאקטאר, און זיי געבן זיך נישט קיין ריר אן איהם, אזוי אויך די אלע ספעציאליסטן האלטן זייער שטארק אז מען זאל אויספאלגן אלע רעקאמענדאציעס וואס דער פריימערי דאקטער זאגט אן אדער ער פארשרייבט, און איז די אנגענומענע שיטה אז מען פארמיידט זייער אסאך קרענק גענוג פרי, און וויאזוי די סטאטיסטיק ווייזן איז זינט דער סיסטעם איז איינגעפירט געווארן, לעבן מענטשן צעביסלעך לענגער און לענגער, ווייל מען כאפט אלעס פריער און מען פרובירט דאס צו פארמיידן און/אדער אויסהיילן אויף א שטרענג ארגאניזירטן פארנעם.

דערנאך איז פאראן א העכערער שטאפל דאס איז א דאקטער ספעציאליסט וואס אין געווענליכע פעלער ווען א מענטש דארף דיאגנאזירט ווערן זעהט ער נישט דעם מענטש, ער זעהט איהם ערשט ווען דער פי סי פי האט אונטערזוכט דעם מענטש און ער האט באשלאסן אז צוליב די און די סיבה דארף דער מענטש אנקומען צו ספעציאליסט צ.ב.ש. פון הארץ דאקטעריי, דאן גיט ער איהם א רעקאמענדאציע בריוול אז ער זאל גיין צו דעם און דעם לאמיר זאגן קארדיאלאג וואס ער וועט אים באהאנדלען פאר דעם און דעם ענין און ער וועט דורכפירן געוויסע פראצעדורן [אויב מעגליך] אויסצוהיילן אדער אוועק צו שטעלן דעם מענטש.



דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!