רוי:בית המדרש הגדול (מאנהעטן)

ווערסיע פון 12:29, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
טעקע:Beth hamedrsh hagodol.jpg
בית המדרש הגדול פון מאנהאטן

בית המדרש הגדול איז די גרויסע שול פון דער לאוער איסט סייד, אויף קלינטאן סטריט הארט נעבן דער וויליאמסבורג בריק. וויליאמסבורגער איינוואוינער זענען זייער באקאנט מיט דעם היסטארישן בנין, ווייל ער געפינט זיך אויפן וועג פון אפסטעיט - קרית יואל, מאנסי, אדער די קאנטרי - דורכן עף.די.אר. דרייוו. מען פארט דארט דורך פארן ארויפגייענדיג אויף דעלענסי סטריט צו דער בריק אריבער קיין וויליאמסבורג.


אין דער שול האט געדינט דער איינציגסטער רב הראשי פון ניו יארק הרב יעקב יוסף און אויך צום לעצט הרב אפרים אשרי ז"ל. היינט דינט דארטן ברבנות זיין איידעם הרב גרינבוים, זון פון הרב שמעי' גרינבוים שליט"א פון וויליאמסבורג פארפאסער פון פירוש סייעתא דשמיא אויף משניות.


עס איז קוים דא מנין דארטן, און מ'באנוצט זיך נאר מיטן קעלער. דער היכל פון שול איז חרוב ונחרב און ס'רעגנט אריין. די ווענט זענען געשפאלטן, און בעלי חיים וואוינען דארטן פראנק און פריי. עס איז נישטא קיין געלט דאס אויפצוהאלטן. ווארשיינליך וועט זיין סוף זיין דער זעלבער ווי דעם באקאנטן היסטארישן ריווינגטאן שול, וואו די סטרוקטור איז איינגעפאלן מחמת נאכלעסיגקייט. און די פראפערטי וועט נאכדעם קענען שארן מיליאנען פון ריעל עסטעיט געביידע העכער די שול.


Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אור הצפון שול • בית המדרש הגדול (מאנהעטן) • בעלזער שול • גרויסע שול (ירושלים) • מוסיוף שול • סאטמאר שוהל 13 הופער • סאטמאר שוהל ראדני • סאטמאר שוהל 53 סטריט (בארא פארק)  • שומר שבת (בארא פארק) • ריווינגטאן שול • עלדריזש סטריט שול • חורבת ר' יהודא החסיד • בית ישראל (שול) • ראוד איילענד טורא • חתם סופר שול · תפארת ישראל שול

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!