רוי:אפריקאס

ווערסיע פון 11:30, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
אפריקאס
אפריקאס פרוכט
אפריקאס פרוכט
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: Plantae
אָפטייל: Magnoliophyta
קלאַס: Magnoliopsida
סדר: Rosales
פאַמיליע: Rosaceae
מין: Prunus
אונטער-מין: Prunus
אפטיילונג: Armeniaca
זגאַל: P. armeniaca
בינאמינאלישער נאמען
Prunus armeniaca
L.

דער אפריקאס (Prunus armeniaca, "ארמענישער פלוים" אין לאטיין) איז א זגאל פון Prunus. באטאניקערס מיינען אז ער שטאמט פון כינע און צענטראל אזיע, אפשר אויך קארעא און יאפאן.[1][2]

אפריקאסן (אויך פערשקעס, קארשן און פלוימען) זענען שטיינפרוכט.

באשרייבונג

דער אפריקאס בוים איז קליין (8-12 מעטער); זיינע בלעטער זען אויס ווי א שפיציקן הארץ, ברייט 8 צ"מ. די בלומען זענען ווייס אדער ראזעווע, מיט פינף קרוינבלעטלעך. די פרוכט האט איין זאמען אין א שטיין; איר קאליר איז געל אדער אראַנזש און כמעט האט נישט קיין האר, און איר דיאמעטער איז 2 צ"מ.



פראדוקציע

צען הויפט אפריקאס פראדוצירערס— 2005
(1,000 טאנען )
  טערקיי 390
  איראן 285
  איטאַליע 232
  פאקיסטאן 220
  גריכנלאנד 196
  פראַנקרייך 181
  אַלזשיר 145
  שפּאַניע 136
  יאפאן 123
  מאראקא 103
  סיריע 101
וועלט סה"כ 1916
מקור:[3]
 
אפריקאסן ארויסגאב אין 2012

טערקיי איז דער הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן,[4] איראן דער צווייטער. אין ארמעניע וואקסן אפריקאסן אינעם אררט טאל.

אין דער קעך

אפריקאסן קען מען עסן רוי אדער געקאכט. געטרוקענטע אפריקאסן האלטן זיך לאנג און זענען אויך געשמאק. מען מאכט אפריקאסן קאנסערוון וואס מען קען שמירן אויף ברויט אדער ניצן ביים קאכן.

מעדיציניש

אפריקאסן זענען גוט קעגן עצירות. אפילו דריי זענען גענוג.

זעט אויך


רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!