רוי:אנאנאס (פרוכט)

ווערסיע פון 11:15, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
א וואקסנדיקער אַנאַנאַס

דער אַנאַנאַס איז א טראפישער פרוכט וואס ווערט קולטיווירט אין 82 לענדער אין דער וועלט. ער איז דער פרוכט פון דעם אנאנאס פלאנץ. מען קען עסן אנאנאס פריש אדער געטרוקענט.

קאנזערווען

אין די פאבריקן ווערט פראדוצירט קאנזערווען קאמפאט פון אַנאַנאַס, די פראדוקציע באשטייט אין אלגעמיין פון אויס סארטירן, רייניגן, שיילן און שניידן אויף קלענערע שטיקלעך דעם אַנאַנאַס, צו דעם פרוכט ווערט געווענליך נאר צוגעגעבן וואסער און צוקער און ווערט פארפאקט אין פושקעס.

אידישקייט

אויפן אַנאַנאַס פרוכט מאכט מען די ברכה בורא פרי האדמה. (כאטש די אנאנאס פלאנצונג האלט אן עטליכע יאר, אבער יעדן ווינטער שטארבט ער ביזן ערד, און יעדן זומער גיט ער ארויס א פרישן שטאם פון די ווארצלען).

בדיקת תולעים

געווענליך געפינט זיך נישט קיין ווערעם (תולעים) אדער אינזעקטן (שרצים) אינעם אַנאַנאַס, אויב אבער מען זעט אנצייגינגן אז ס'איז ווערמיג דארף מען עס גרונטליך קאנטארלירן און אפרייניגן פאר דעם ניצן. אין ווינטער תשע"ד איז נתעורר געווארן א פראבלעם אין אמעריקע מיט קליינע אינזעקטן אויף די שאל פון אנאנאס.

מצוות התלויות בארץ

דער אַנאַנאַס איז פון די פרוכט וואס מערסטנס טייל ברענגט מען זיין פון חוץ לארץ, דאך איז פאראן פון דער ראסע קאיען (Cayenne) וועלכע וואקסן אין ארץ ישראל, דערפאר דארף מען נאך פארשן פון וואנען זיי קומען, צי מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות, שמיטה.

שמיטה

דער דאטום וואס פאלט אויף דעם אַנאַנאַס די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון ראש השנה פון דעם זיבעטן יאר, וויבאלד דער אַנאַנאַס האט א דין ווי גרינצייגן (ירקות).


זעט אויך

רעפערענצען

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון

מוסטער:עסן-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!