רוי:סדר מועד
סדר מועד האט אין זיך 12 מסכתות. מועד איז טייטש צייט, אלע מסכתות אין דעם סדר האבן צו טאן מיט זאכן וואס געשען אדער דארפן געטאן ווערן צו א באשטימטער צייט אין יאר/וואך/אדער חודש.
די מסכתות פונעם סדר
דער סדר איז צעטיילט אין 12 מסכתות::
- מסכת שבת - באהאנדלט דינים פון שבת;
- מסכת עירובין - באהאנדלט דינים פון עירובין, וואס איז נוגע טראגן שבת אדער ווי ווייט מען מעג גיין ארויס פון דער שטאט
- מסכת פסחים - באהאנדלט דינים פון פסח;
- מסכת שקלים - באהאנדלט דינים פון דעם מחצית השקל, וואס מ'פלעג שיקן אין בית המקדש יעדע יאר;
- מסכת יומא - באהאנדלט דינים פון יום הכיפורים;
- מסכת סוכה - באהאנדלט דינים פון סוכות;
- מסכת ביצה - באהאנדלט אלגעמיינע דינים פון יום טוב, די מסכתה ווערט אויך גערופן "מסכת יום טוב";
- מסכת ראש השנה - באהאנדלט עניינים פון ראש השנה, עיבור השנה;
- מסכת תענית - באהאנדלט עניינים פון תענית;
- מסכת מגילה - באהאנדלט דינים פון פורים;
- מסכת מועד קטן - באהאנדלט דינים פון חול המועד;
- מסכת חגיגה - באהאנדלט דינים פון דעם קרבן חגיגה.
גמרא
- אין תלמוד בבלי - זענען דא אלע מסכתות פונעם סדר אחוץ מסכת שקלים
- אין תלמוד ירושלמי - זענען דא אלע מסכתות פונעם סדר
דרויסנדע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!