ניעלס באהר

ניעלס הענריק דאוויד באהר (7טן אקטאבער 1885 - 18טן נאוועמבער 1962) איז געווען א אידישער פיזיקער פון דענמארק וואס האט אויפגעטון אסאך אין די בוי און אויסזע פון דעם אטאם, און איז געווען פון די ערפינדער פון קוואנטום פיזיק. ער האט באקומען דעם נאבעל־פריז פאר פיזיק אין 1922.

ער האט באקומען אן ערע דיפלאם פונעם ווייצמאן אינסטיטוט פאר וויסנשאפט.

לעבנסגעשיכטע

 
נילס באהר ביי א באזוך צום ווייצמאן אינסטיטוט

באהר איז געבוירן געווארן אין קאפנהאגן, דענמארק, דער צווייטער פון דריי קינדער פון כריסטיאן באהר (1858—1911), א וועלטס-פיזיאלאג, און העלען (אדלער) (1860—1930).

באהר האט געלערנט פיזיק אין קאפנהאגן אוניווערסיטעט, און האט באקומען זיין דאקטאראט אין 1911. יענע יאר איז ער אריבער צום אוניווערסיטעט פון קעמברידזש צו ארבעטן מיט דזשיי דזשיי טאמסאן, אבער ער האט נישט געדאנזשעט איינארדענען מיט אים און א קורצע צייט נאכהער איז ער אריבער צו מאנטשעסטער אוניווערסיטעט צו ארבעטן מיט ערנעסט ראדערפארד, וואס האט געפארשט די סטרוקטור פונעם אטאם.

דרויסנדע לינקס


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!