דער נאכט טיוב אויף די לאנדאנער אונטערגרונט און לאנדאנער איבערגרונט איז די נאכט־צייט באדינונגען פאר פארער א גאנצע נאכט פרייטאג צונאכט און שבתע־נאכט אויף די   צענטראל, יובילי, נארדערן, פיקאדילי און וויקטאריע ליניעס, און אויף א טייל פון דער מזרח לאנדאן ליניע.

הינטערגרונט

 
די ערשטע וויקטאריע ליניע נאכט טיוב באו אריינקומענדיג אין פימליקא אונטערגרונט סטאנציע. אויף דער באן זענען געווען בירגערמייסטער פון לאנדאן סאדיק קאן און פארוואלטער־דירעקטאר פון לאנדאנער אונטערגרונט מייק ברוין.

ס'איז אלעמאל שווער געווען האבן א באדינונג אויף דער לאנדאנער אונטערגרונט אין די נאכט שעה סיי וועגן דעם רעש סיי ווייל מען ניצט די נאכט שעה'ן פאר אויפהאלטן ווערק. אין די סוף 1990ער יארן האט מען אנגעהויבן פארבעסערן די סטאנציעס און דאס סיגנאלירן וואס דאס האט אויפגעטון די מעגליכקייט פון א נאכט באדינונג אויף דער אונטערגרונט.


די נאכט טיוב האט אנגעהויבן דעם 19טן אויגוסט 2016 אויף די צענטראל און וויקטאריע ליניעס.

אין דעצעמבער 2017 האט אנגעהויבן א נאכט באדינונג אויף דער לאנדאנער איבערגרונט פון דאלסטאן קנופ קיין ניו קראס גייט.


רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!